Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב טימאטעוס בריוו 1:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳,

Gade chapit la Kopi




ב טימאטעוס בריוו 1:8
48 Referans Kwoze  

ווארום איך שעם זיך נישט מיט דער (דרך ה׳) בשורה טובה פון דעם משיח, ווייל זי איז ה׳ס גבורה צו ישועה פאר יעדן איינעם מאמין, דעם ייד קודם כל און אויך דעם גריך.


ווארום ווער עס וועט זיך שעמען מיט מיר און מיט מיינע ווערטער אין דעם דאזיקן נואפדיקן און זינדיקן דור, וועט דער בר אנש זיך אויך שעמען מיט אים, ווען ער וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט די הייליקע מלאכים.


דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה.


און זיי האבן אים מנצח געווען דורך דעם בלוט פון דעם לעמעלע, און דורך דעם ווארט פון זייער עדות זאגן; און האבן נישט ליב געהאט זייער לעבן ביז צום טויט.


פאר וועלכער איך לייד אזש ביז קייטן, ווי א פארברעכער; נאר ה׳ס ווארט איז נישט געבונדן.


צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג.


צוליב דעם בין איך, פוילוס—דער געפאנגענער פון דעם משיח יהושע/ישוע פאר אייך אומות (העולם)—


אז איך זאל אים קענען, און די מאכט פון זיין אויפשטיין (תחית המתים), און די חברותאשאפט פון זיינע עינויים, ענלעך ווערנדיק צו זיין טויט;


ווארום ווער עס שעמט זיך מיט מיר און מיט די ווערטער מיינע, מיט דעם דאזיקן וועט דער בר אנש זיך שעמען, ווען ער וועט קומען אין זיין הערלעכקייט און (אין דער הערלעכקייט) פון דעם פאטער און פון די הייליקע מלאכים.


זאל דער האר שענקען רחמים צו דעם הויזגעזינד פון אנעסיפארוס; ווייל א סך מאל האט ער מיך דערקוויקט, און זיך נישט געשעמט מיט מיינע קייטן,


דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן,


איך יוחנן, אייער ברודער און מיטאנטיילנעמער אין די יסורים און מלכות און סבלנות פון יהושען/ישוען, בין געווען אויף דער אינדזל, וואס הייסט פאטמאס, צוליב ה׳ס ווארט און דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען.


און צו אים, וועלכער איז מעכטיק אייך אפצוהיטן פון שטרויכלען, און אייך פארצושטעלן פאר זיין כבוד אָן א מום מיט פרייד,


וואס איר ווערט אפגעהיטן אין ה׳ס מאכט דורך דעם בטחון צו א ישועה גרייט אנטפלעקט צו ווערן אין דער צייט פון קץ.


לייד מיט ווי א גוטער זעלנער פונם משיח יהושע/ישוע.


ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך פארויסגעזאגט, אז מיר וועלן ליידן צרות; און אזוי איז עס געשען, ווי איר ווייסט.


ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה.


דערפאר בעט איך מיך ביי אייך, איר זאלט נישט אנטמוטיקט ווערן דורך מיינע צרות פאר אייערטוועגן, וועלכע זענען א כבוד פאר אייך.


צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן,


און מיר האבן געזען און זאגן עדות, אז דער פאטער האט געשיקט דעם זון אלס רעטער פון דער וועלט.


דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.


איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.


ווי עס שטייט געשריבן: אָט לייג איך אין ציון אן אבן נגף און א פעלדזן פון שטרויכלונג; און יעדער, וואס וועט גלויבן אין אים, וועט נישט פארשעמט ווערן. (ישעיהו ח, יד; כח, טז.) (לויטן תרגום השבעים.)


און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון פאר דעם סנהדרין, פרייענדיק זיך וואס זיי האבן ווערטיק געווען מבזה צו ווערן צוליב דעם נאמען.


און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.


וועלכער האט עדות געזאגט אויף ה׳ס ווארט און אויף דעם עדות פון יהושע/ישוע המשיחן, אלץ, וואס ער האט געזען.


לויט ווי דאס עדות זאגן פונם משיח האט זיך געגרונטפעסטיקט אין אייך;


און דער, וואס האט עס געזען, האט עדות געזאגט, און זיין עדות זאגן איז וואר; און ער ווייסט, אז ער זאגט דעם אמת, כדי אויך איר זאלט גלויבן.


איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה;


דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די אומות (העולם) פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל,


אין דעם ווארט פון אמת, אין דער גבורה פון ה׳; דורך די כלי זין פון גערעכטיקייט אויף רעכטס און לינקס,


ווי עס שטייט געשריבן: פאר דיינעטוועגן ווערן מיר געטייט דעם גאנצן טאג לאנג, מיר זענען גערעכנט ווי שאף צו דער שחיטה. (תהלים מד, כג.)


און איר וועט אויך עדות זאגן, ווייל איר זענט געווען מיט מיר פון אנהויב אָן.


וועלכער האט זיך געגעבן פאר אן אויסלייזונג פאר אלעמען; דאס עדות זאגן דערפון זאל געגעבן ווערן אין דער געהעריקער צייט;


געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און צוריקגעהאלטנקייט מיט שמחה;


און איז איצט אנטפלעקט געווארן דורך דער דערשיינונג פון אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט צונישט געמאכט דעם טויט און געברענגט צום ליכט דאס לעבן און די אומפארדארבלעכקייט דורך דער בשורה טובה,


געדענק יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite