Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב טימאטעוס בריוו 1:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט.

Gade chapit la Kopi




ב טימאטעוס בריוו 1:6
19 Referans Kwoze  

פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים.


דאס דאזיקע, געליבטע, איז שוין דער צווייטער בריוו, וואס איך שרייב אייך; אין וועלכע איך דערוועק דורך א דערינערונג אייער לויטערן פארשטאנד;


רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג.


דערפאר וועל איך תמיד זיין גרייט אייך צו דערמאנען וועגן די דאזיקע זאכן, הגם איר קענט זיי און זענט געגרונטפעסטיקט אין דעם אמת, וועלכער איז ביי (אייך).


און ווי פוילוס האט ארויפגעלייגט אויף זיי די הענט, איז דער רוח הקודש געקומען אויף זיי; און זיי האבן גערעדט מיט לשונות און נבואות געזאגט.


דאס ברענג אלע צום זכרון, באשווערנדיק זיי פאר ה׳, זיך נישט צו צאנקען איבער ווערטער, וואס נוצט צו גארנישט, (בלויז) צום פארדארבן די צוהערער.


אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט;


און ער האט גערופן צען קנעכט זיינע, און זיי געגעבן צען מנים, און געזאגט צו זיי: האנדלט, ביז איך קום צוריק.


איך וויל אייך אבער דערמאנען, הגם איר האט זיך עס אלץ שוין אמאל דערוואוסט, אז דער האר (ג‑ט), האבנדיק אויסגעלייזט דאס פאלק אויס דעם לאנד מצרים, האט דערנאך פארטיליקט די אומגלויביקע.


פון דער לערנונג פון דער הלכות פון דער מקווה, פון סמיכת ידים, תחית המתים און פון אייביקן משפט.


זיי האט מען געשטעלט פאר די שליחים; און מתפלל זייענדיק, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite