9 נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן.
ווארום איר אליין ווייסט, ווי איר דארפט אונדז נאכטאן; ווייל מיר האבן זיך נישט אויפגעפירט אומארנטלעך צווישן אייך;
אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע,
דער, וועלכער ווערט געלערנט אין ווארט, זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס לערנט אים.
ווארום דערצו זענט איר בארופן געווארן; ווייל אויך משיח האט געליטן פאר אייערטוועגן, און איבערגעלאזט א ביישפיל פאר אייך, כדי איר זאלט נאכפאלגן זיינע פוסטריט;
ווארום איך האב אייך געגעבן א ביישפיל, כדי, ווי איך האב געטאן צו אייך, אזוי זאלט איר אויך טאן.
נישט קיין זאק אויפן וועג, נישט קיין צוויי העמדער, נישט קיין שיך, נישט קיין שטאק; מחמת דער ארבעטער איז ווערט זיין שפייז.
דעריבער בעט איך אייך, זייט מיינע נאכפאלגער.
און אויך נישט ווי איר וואלט געהערשט איבער די ירושות, נאר ווערט פארבילדער פאר דער סטאדע.