7 ווארום איר אליין ווייסט, ווי איר דארפט אונדז נאכטאן; ווייל מיר האבן זיך נישט אויפגעפירט אומארנטלעך צווישן אייך;
און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז.
נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן.
דעריבער בעט איך אייך, זייט מיינע נאכפאלגער.
זייט מיינע נאכפאלגער, אזוי, ווי אויך איך בין פונם משיח.
ברידער, זייט מיינע מיטנאכפאלגער; און פארקוקט זיך אויף די, וואס לעבן אזוי, ווי איר האט אונדז פאר א ביישפיל.
אין אלעם זאלסטו דיך אליין האלטן פאר א פארבילד פון מעשים טובים, (ארויסווייזנדיק) אין דער לערנונג אומפארדארבנקייט, ווירדיקן ערנסט,
זאל קיינער נישט מבזה זיין דיין יוגנט, נאר זיי א ביישפיל פאר די מאמינים, אין ווארט, אין אויפפירונג, אין ליבע, אין גלויבן, אין לויטערקייט.
איר זענט עדות, און ה׳ אויך, ווי הייליק און גערעכט און אָן א פעלער מיר האבן זיך אויפגעפירט צווישן אייך מאמינים;
די זאכן, וועלכע איר האט געלערנט און אנגענומען און געהערט און געזען אין מיר, די דאזיקע זאלט איר טאן: און דער ג‑ט פון שלום וועט זיין מיט אייך.
און אויך נישט ווי איר וואלט געהערשט איבער די ירושות, נאר ווערט פארבילדער פאר דער סטאדע.
און מיר זענען אייך מזהיר, ברידער, איר זאלט ווארנען די אומרואיקע, שטארקן די ווייכהארציקע, אונטערלענען די שוואכע, זיין גרויסמוטיק לגבי אלעמען.