Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב טעסאלאניקער בריוו 2:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אליין און ג‑ט דער פאטער אונדזערער, וועלכער האט אונדז ליב געהאט און אונדז געגעבן אן אייביקע נחמה און א גוטע האפענונג אין זיין חסד,

Gade chapit la Kopi




ב טעסאלאניקער בריוו 2:16
46 Referans Kwoze  

ווארום ה׳ האט אזוי ליב געהאט די וועלט, אז ער האט געגעבן זיין בן יחיד, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין אים, זאל נישט פארלוירן ווערן, נאר האבן אייביק לעבן.


אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,


און זאל אונדזער ג‑ט און פאטער אליין און אונדזער האר יהושע/ישוע אונדז פירן אויף דעם וועג צו אייך;


און פון יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז דער באגלויבטער עדות, דער בכור פון די מתים, און דער הערשער איבער די מלכים פון דער ערד. צו אים, וועלכער האט אונדז ליב, און האט אונדז אויסגעלייזט פון אונדזערע זינד דורך זיין אייגן בלוט,


אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפענונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.


איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר,


און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.


אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.


צוליב דעם דורך אמונה, כדי עס זאל זיין לויט חסד, אז די הבטחה זאל זיין פארזיכערט צו דעם גאנצן זאמען; נישט נאר צו די פון דער געזעץ אליין, נאר אויך צו די פון דעם גלויבן פון אברהם, וועלכער איז אונדזער אלעמענס פאטער—


דעם ארבעטער אבער ווערט דער לוין נישט פאררעכנט אלס חסד נאר אלס א חוב.


וועלנדיק אבער גיין קיין אכאיא, האבן די ברידער אים צוגעגעבן מוט, און געשריבן צו די תלמידים, אז מען זאל אים אויפנעמען; און ווען ער איז אהינגעקומען, האט ער פיל געהאלפן די, וואס האבן געגלויבט דורך דעם חסד;


ניין, נאר דורך דעם חסד פון דעם האר יהושע/ישוע גלויבן מיר דערלייזט צו ווערן אויף דעם זעלביקן אופן ווי יענע.


אזוי האט איר אויך איצט צער; איך וועל אייך אבער ווידער זען, און אייער הארץ וועט זיך פרייען, און די שמחה אייערע וועט קיינער נישט אוועקנעמען פון אייך.


קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד.


ווי דער פאטער האט מיך ליב געהאט, אזוי האב איך אייך ליב געהאט; פארבלייבט אין דער ליבע מיינער!


און פאר דעם יום טוב פסח, אזוי ווי יהושע/ישוע האט געוואוסט, אז זיין שעה איז געקומען, כדי ער זאל אוועקגיין פון דער דאזיקער וועלט צום פאטער, האבנדיק געליבט זיינע אייגענע, וואס זענען אין דער וועלט, האט ער זיי ליב געהאט ביז צום סוף.


ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.


אברהם אבער האט געזאגט: קינד, געדענק, אז דו האסט באקומען דיין גוטס ביי דיין לעבן, און אלעזר אויך אזוי דאס בייזע; איצט ווערט ער דא געטרייסט, דו אבער ווערסט געפייניקט.


און קיין נאכט וועט מער נישט זיין; און מען דארף נישט דאס ליכט פון קיין לייכטער, נישט דאס ליכט פון דער זון; ווייל ג‑ט דער האר וועט לויכטן איבער זיי; און זיי וועלן קעניגן לעלמי עולמים.


זע, איך גיב פון דער בית הכנסת (פארפירן דורך) שׂטן די, וועלכע זאגן וועגן זיך, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זאגן שקרים; אָט וועל איך זיי מאכן קומען און זיך בוקן פאר דיינע פיס, און זיי וועלן וויסן, אז איך האב דיך ליב.


דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.


ווארום די תורה האט קיין זאך נישט שלמותדיק געמאכט, נאר דאס אריינפירן פון א גרעסערער האפענונג, דורך וועלכער מיר דערנענטערן זיך צו ה׳.


און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפענונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג‑ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע,


צוליב דער האפענונג, וועלכע ליגט פאר אייך באהאלטן אין הימל, וועגן וועלכער איר האט פריער געהערט אין דעם ווארט פון אמת פון דער גוטער בשורה,


צו אלע, וואס זענען אין רוים, געליבטע פון ה׳, בארופן (צו זיין) הייליקע: חסד צו אייך און שלום פון ה׳ אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.


מיר אבער זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, געליבטע פון ה׳, ווייל פון אנהויב אָן האט ה׳ אייך אויסדערוויילט צו ישועה אין דער קדושה פונם גייסט און אין דער אמונה פון אמת;


דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפענונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite