Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב פעטרוס בריוו 3:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 ווי אויך אין אלע בריוו, ווען ער רעדט אין זיי דערפון; אין וועלכע עס זענען פאראן אייניקע שווערפארשטענדלעכע זאכן, וואס די אומגעלערנטע און נישט שטאנדהאפטיקע פארדרייען, ווי אויך די איבריקע כתבי (הקודש), צו זייער אייגענער פארדארבונג.

Gade chapit la Kopi




ב פעטרוס בריוו 3:16
26 Referans Kwoze  

דער איז מער נישט מחייב אפצוגעבן כבוד זיין פאטער אדער זיין מוטער. און איר האט אפגעשאפט ה׳ס ווארט דורך אייער מסורה.


וועגן וועמען מיר האבן א סך צו זאגן און וואס איז שווער צו דערקלערן, ווייל איר זענט געווארן פויל צו הערן.


האבן אויגן פול מיט זנות און נישט געזעטיקטע פון זינד; לאקן צו זיך אומסטאביל נפשות; האבן אן הארץ געוואוינט צו געלטגייציקייט; זענען קינדער פון א קללה;


א מאן מיט צוויי (אנטקעגנגעזעצטע) דעות איז נישט פעסט אין קיינעם פון זיינע וועגן.


זייער סוף איז פארדארבונג, זייער ג‑ט איז דער בויך, און זייער רום איז אין זייער חרפה, זיי דענקען (נאר) פון ערדישע זאכן.


און: און אן אבן נגף און צור מיכשול. (ישעיהו ח, יד.) זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן.


יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳.


ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


עס זענען אבער אויך געווען פאלשע נביאים צווישן דעם פאלק, ווי עס וועלן אויך זיין צווישן אייך פאלשע מורי תורה, וועלכע וועלן בשתיקה אריינפירן פארדארבלעכע כתות, און פארלייקענען דעם האר, וואס האט זיי אפגעקויפט, און ברענגען אויף זיך א גיכע פארדארבונג.


ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אויך עובר ה׳ס געבאט צוליב אייער מסורה?


פעטרוס, א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, צו די אויסדערוויילטע תושבים אין די תפוצות פון פאנטוס, גאלאטיען, קאפאדאציען, אזיען (קליין) און ביטיניען,


צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן,


דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite