3 און אויס געלטגיריקייט וועלן זיי אייך פארקויפן מיט באטריגערישע רייד; דאס משפט אויף זיי פון לאנג אָן זוימט זיך נישט און די פארדארבונג זייערע דרימלט נישט.
ווארום מיר זענען נישט ווי א סך אנדערע, וואס מאכן שאכער‑מאכער מיט ה׳ס ווארט; נאר ווי פון א לויטער הארץ, נאר ווי פון ה׳ פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח.
ווייל ווי איר ווייסט, זענען מיר קיינמאל נישט געקומען מיט חניפהדיקע רייד, אויך נישט מיט אן אויסרייד פון גייציקייט, ה׳ איז אן עדות;
ווארום אזעלכע מענטשן דינען נישט אונדזער האר משיח, נאר זייער אייגענעם בויך; און דורך שיינע און גלאטע רייד פארפירן זיי די הערצער פון די פשוטע מענטשן.
צו טאן משפט קעגן אלעמען, און צו שטראפן אלע רשעים וועגן אלע זייערע מעשים פון רשעות, וואס זיי האבן רשעותדיק געטאן, און וועגן אלע הארטע זאכן, וועלכע ג‑טלאזע זינדער האבן גערעדט אנטקעגן אים.
וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין.
וויכוחים פון מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד און וואס עס פעלט זיי דער אמת, וועלכע מיינען, אז יראת שמים איז א מיטל צום געווין.
אזוי ווייסט דער האר מציל צו זיין די ג‑טספארכטיקע פון א נסיון, רשעים אבער צו באהאלטן צו באשטראפונג אינם יום הדין;
עס זענען אבער אויך געווען פאלשע נביאים צווישן דעם פאלק, ווי עס וועלן אויך זיין צווישן אייך פאלשע מורי תורה, וועלכע וועלן בשתיקה אריינפירן פארדארבלעכע כתות, און פארלייקענען דעם האר, וואס האט זיי אפגעקויפט, און ברענגען אויף זיך א גיכע פארדארבונג.
ווארום מיר האבן נישט נאכגעפאלגט קיין אויסגעקליגלטע לעגענדעס, ווען מיר האבן אייך באקאנט געמאכט די גבורה פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און זיין קומען, נאר מיר זענען געווען עדות, וואס האבן געזען מיט די אייגענע אויגן זיין כבוד.
פאשעט ה׳ס סטאדע, וואס איז ביי אייך, געבנדיק השגחה, נישט געצוואונגענערהייט, נאר אויס גוטן ווילן, לויט (דעם רצון פון) ה׳; און נישט צוליב שענדלעכע פארדינסטן, נאר מיט מונטערקייט;
ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;
וויי איז צו זיי, ווייל זיי זענען געגאנגען אויף קינס דרך, און האבן זיך געווארפן אויף בלעמס פארפירונג פאר א לוין, און זענען אומגעקומען אין דער ווידערשפעניקייט פון קורחן!
ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער.
ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.
און: און אן אבן נגף און צור מיכשול. (ישעיהו ח, יד.) זיי שטרויכלען, ווייל זיי גלויבן נישט אין דעם ווארט, צו וועלכן זיי זענען אויך באשטימט געווארן.
אויך אזוי מוזן די שמשים זיין ערווירדיקע (לייט), נישט קיין טאפלצונגיקע, נישט קיין ליבהאבער פון פיל וויין, נישט גענייגט נאך שענדלעכן געווין;
נישט קיין טרינקער, נישט קיין שלעגער; נאר מילד, נישט קיין בעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבהאבער;
בשעת מען וועט זאגן: שלום און שלווה, וועט דעמאלט פלוצלונג קומען אויף זיי זייער בראך, ווי ווייען אויף א קימפעטארין, און זיי וועלן בשום אופן נישט אנטרונען.
און צו די, וואס האבן פארקויפט טויבן, האט ער געזאגט: נעמט די דאזיקע אוועק פונדאנען; מאכט נישט פון מיין פאטערס הויז א הויז פון מסחר.
בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, עס איז געקומען א המון מענטשן און דער מיט דעם נאמען יהודה, איינער פון די צוועלף, איז געגאנגען פארויס פאר זיי און האט גענענט צו יהושען/ישוען, כדי אים א קוש צו טאן,
און זיי האבן געלויערט אויף אים, און געשיקט שפיאנען, וואס האבן זיך פארשטעלט פאר צדיקים, כדי אים צו פאנגען מיט א ווארט, אז זיי זאלן אים איבערגעבן צו דער ממשלה און דער מאכט פון דעם גובערנאטאר.
איך זאג אייך, ער וועט זיי אינגיכן פארשאפן גערעכטיקייט! דאך ווען דער בר אנש וועט קומען, צי וועט ער דען געפינען די אמונה אויף דער ערד?
די דאזיקע זענען מורמלער, און וואס באקלאגן זיך (נאר), בשעת זיי גייען נאך זייערע תאוות, און זייער מויל רעדט שטאלצע זאכן, און זענען נושא פנים צוליב שוחד.
(וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר שלינגט איין די הייזער פון די אלמנות, און פאר אן אויסרייד דאוונט איר לאנג. דערפאר וועט איר באקומען א הארבער משפט.)