Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב פעטרוס בריוו 1:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 ווארום ער האט באקומען פון ג‑ט דעם פאטער כבוד און הערלעכקייט, ווען אזא קול איז אראפגעקומען צו אים פון דער מאיעסטעטישער הערלעכקייט: (ציטירן ניטציטירן) דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן;

Gade chapit la Kopi




ב פעטרוס בריוו 1:17
36 Referans Kwoze  

און א וואלקן איז געקומען און האט זיי באשאטנט; און אויס דעם וואלקן איז געקומען א קול: דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אים זאלט איר הערן!


און בשעת ער האט נאך גערעדט, זע, א ליכטיקער וואלקן האט זיי באשאטנט; און זע, א קול אויס דעם וואלקן האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן; אים זאלט איר הערן!


און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן!


און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


זע, מיין קנעכט, וועמען איך האב אויסדערוויילט; מיין געליבטער, אין וועמען מיין נפש האט א וואוילגעפעלן; איך וועל געבן מיין גייסט אויף אים, און ער וועט דערקלערן משפט צו די פעלקער.


דער פאטער האט ליב דעם זון, און האט אלץ געגעבן אין זיין האנט אריין.


ווארום ווי דער פאטער האט לעבן אין זיך אליין, אזוי האט ער אויך געגעבן דעם זון, צו האבן לעבן אין זיך אליין;


חסד, רחמים, שלום, זאל זיין מיט אונדז, פון ג‑ט דעם פאטער, און פון יהושע/ישוע המשיחן דעם זון פון דעם פאטער, אין ווארהאפטיקייט און אין ליבע.


אלץ איז מיר איבערגעגעבן געווארן פון מיין פאטער; און קיינער ווייסט נישט, ווער דער זון איז, אחוץ דער פאטער; און ווער דער פאטער איז, (ווייסט קיינער נישט) אחוץ דער זון, און דער, צו וועמען דער זון וויל עס אנטפלעקן.


געלויבט איז דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דער אב הרחמים און ג‑ט פון יעדער נחמה;


דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר.


כדי אלע זאלן זיין איינס; ווי דו, פאטער, אין מיר, און איך אין דיר, אז אויך זיי זאלן זיין אין אונדז; כדי די וועלט זאל גלויבן, אז דו האסט מיך געשיקט.


יהודה, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן און א ברודער פון יעקבן, צו די גערופענע, געליבטע אין ג‑ט דעם פאטער, און אפגעהיט פאר יהושע/ישוע המשיחן:


ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.


און דאס דאזיקע איז דער רצון פון אים, וואס האט מיך געשיקט, אז פון אלעם, וואס ער האט מיר געגעבן, זאל איך גארנישט פארלירן, נאר איך זאל עס אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


זאגט יהושע/ישוע צו איר: ריר מיך נישט אָן: ווארום איך בין נאך נישט ארויפגעגאנגען צום פאטער; נאר גיי צו מיינע ברידער און זאג זיי, איך גיי ארויף צו מיין פאטער און אייער פאטער, און צו מיין ג‑ט און אייער ג‑ט.


זאגט איר אויף אים, וועמען דער פאטער האט געהייליקט, און געשיקט אין דער וועלט אריין: דו לעסטערסט; ווייל איך האב געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער?


זאגט צו אים יהושע/ישוע: איך בין דער דרך (ה׳) און דער אמת און דאס לעבן; קיינער קומט נישט צום פאטער, אחוץ דורך מיר.


ווי דער פאטער קען מיך, און איך קען דעם פאטער; און מיין לעבן לייג איך אנידער פאר די שאף.


און זע, משה און אליהו האבן זיך באוויזן צו זיי, רעדנדיק מיט אים.


גלויבט מיר, אז איך בין אין דעם פאטער און דער פאטער אין מיר; און אויב נישט, גלויבט צוליב די מעשים אליין.


אלץ, וואס דער פאטער גיט מיר, וועט קומען צו מיר; און דעם, וואס קומט צו מיר, וועל איך בשום אופן נישט ארויסווארפן אינדרויסן.


כדי איר זאלט איינשטימיק, מיט איין מויל, אפגעבן כבוד דעם ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,


ווארום דער פאטער האט ליב דעם זון, און ווייזט אים אלץ, וואס ער אליין טוט; און גרעסערע מעשים ווי די דאזיקע וועט ער אים ווייזן, כדי איר זאלט זיך וואונדערן.


וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite