15 און איך וועל מיך פלייסיק באמיען, אז נאך מיין פטירה זאלט איר זיין אימשטאנד צו געדענקען די דאזיקע זאכן צו יעדער צייט.
דערפאר וועל איך תמיד זיין גרייט אייך צו דערמאנען וועגן די דאזיקע זאכן, הגם איר קענט זיי און זענט געגרונטפעסטיקט אין דעם אמת, וועלכער איז ביי (אייך).
דורך אמונה האט הבל מקריב געווען א בעסער קרבן צו ה׳ ווי קין, דורך וועלכן ער האט דערהאלטן אן עדות, אז ער איז א צדיק, ווען ה׳ האט עדות געזאגט אויף זיינע מתנות; און דורך וועלכן הגם ער איז געשטארבן רעדט ער דאך נאך אלץ.
און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע.
זיי האבן זיך באוויזן אין הערלעכקייט און האבן גערעדט וועגן זיין ליציאת (הסתלקות), וואס ער האט געזאלט ממלא זיין אין ירושלים.
ווארום ווען דו גייסט מיט דיין קעגנער פארן שר, גיב דיר די מי אויפן וועג, אז דו זאלסט פטור ווערן פון אים (מיט גוטנס); טאמער וועט ער דיך אוועקשלעפן צום שופט, און דער שופט וועט דיך איבערגעבן צום שוטר, און דער שוטר וועט דיך אריינווארפן אין תפיסה אריין.
צי געדענקט איר דען נישט, אז בשעת איך בין נאך געווען ביי אייך, האב איך אייך דאס געזאגט?