10 דערפאר, ברידער, פלייסיקט זיך נאך מער פעסט צו מאכן אייער רוף און אויסדערוויילונג; ווארום אויב איר וועט דאס טאן, וועט איר קיינמאל נישט שטרויכלען;
און איר, געליבטע, וויסנדיק עס פארויס, זאלט זיך אפהיטן, כדי איר זאלט נישט מיטגעריסן ווערן דורך דער פארפירונג פון בייזע לייט, און נישט אוועקפאלן פון אייער אייגענעם פעסטן שטאנד.
נאר מיר באגערן, אז יעדער איינער פון אייך זאל ארויסווייזן די זעלביקע אייפריקייט צו דער דערפילונג פון דער האפענונג ביז צום סוף;
און צוליב דעם זעלביקן סיבה, איר מוזן מאכן אלע מי צו צוגעבן צולייגן אין דער אמונה אייערער די גוטע מידה; און צו דער גוטע מידה דאס וויסן;
דאך ה׳ס שטארקער יסוד שטייט פעסט, האבנדיק דעם דאזיקן חותם: דער האר קען די, וועלכע זענען זיין, און: זאל זיך אפקערן פון אומגערעכטיקייט יעדער איינער, וואס רופט אָן דעם הארס נאמען.
וואויל איז די, וועלכע וואשן זייערע קליידער, כדי זיי זאלן האבן רשות צום עץ החיים, און זאלן אריינקומען דורך די טויערן אין דער שטאט אריין.
וואס איר ווערט אפגעהיטן אין ה׳ס מאכט דורך דעם בטחון צו א ישועה גרייט אנטפלעקט צו ווערן אין דער צייט פון קץ.
לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.
וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת;
מחמת א סך זענען גערופן, ווייניקע אבער אויסדערוויילט.
ווארום ה׳ האט נישט קיין חרטה אויף זיינע מתנות און רוף.
ווארום ווער עס וועט האלטן די גאנצע תורה, וועט אבער שטרויכלען אין איין זאך, האט ער זיך פארשולדיקט אין אלעם.
ווייל זיין ג-טלעכע קראפט האט אונדז געשאנקען אלץ, וואס האט א שייכות צום לעבן און צו יראת שמים, דורך דער דערקענטעניש פון דעם, וועלכער האט אונדז גערופן דורך זיין אייגענעם כבוד און גוטע מידה;
דערפאר, געליבטע, ווייל איר דערווארט די דאזיקע זאכן, זאלט איר זיך פלייסן געפונען צו ווערן אין שלום, אָן א פלעק און אָן א מום פאר אים.
און צו אים, וועלכער איז מעכטיק אייך אפצוהיטן פון שטרויכלען, און אייך פארצושטעלן פאר זיין כבוד אָן א מום מיט פרייד,