Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 8:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 8:9
43 Referans Kwoze  

ער (ה׳), וואס האט נישט געשפארט זיין אייגענעם זון, נאר אים געגעבן פאר אונדז אלעמען, וויאזוי זשע וועט ער נישט מיט אים אונדז אלץ געבן פריי?


גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.


אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים.


ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.


כדי צו ווייזן אין די קומענדיקע וועלטצייטן די שפע פון דער עשירות פון זיין חסד אין גוטסקייט לגבי אונדז אינם משיח יהושע/ישוע:


און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.


הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב!


מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות;


אז זיי זאלן טאן גוטס, רייך ווערן אין מעשים טובים, זיין גוטע געבער, גרייט צו העלפן;


זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח און די ליבע פון ג‑ט און די חברותאשאפט פון דעם רוח הקודש זיין מיט אייך אלעמען.


דעריבער אויב איר זענט נישט געווען געטריי אין דעם אומגערעכטן ממון, ווער וועט אייך אנפארטרויען דאס אמתע?


האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן,


און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט: די פוקסן האבן היילן און די פייגל פון הימל נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט וואו דעם קאפ אנידערצולייגן.


איך עצה דיר צו קויפן ביי מיר גאלד, וואס איז געלייטערט געווארן אין פייער, כדי דו זאלסט ווערן רייך; און ווייסע קליידער, כדי דו זאלסט דיך אנטאן, און די חרפה פון דיין נאקעטקייט זאל זיך נישט אנטפלעקן; און אויגנזאלב, צו זאלבן דיינע אויגן, כדי דו זאלסט זען.


און צו דערקענען דעם משיחס ליבע, וואס שטייגט איבער דערקענטעניש, כדי איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט יעדער שפע פון ה׳.


איך דאנק ה׳ תמיד פאר אייך, פאר דעם חסד פון ה׳, וואס איז אייך געגעבן געווארן אינם משיח יהושע/ישוע;


און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.


אלץ, וואס דער פאטער האט, איז מיין; דערפאר האב איך געזאגט, אז ער נעמט פון דעם, וואס איז מיין, און וועט עס אייך אנזאגן.


ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.


ער איז געווען אין דער וועלט, און די וועלט איז דורך אים באשאפן געווארן, און די וועלט האט אים נישט געקענט.


און יהושע/ישוע זאגט צו אים: די פוקסן האבן היילן, און די פייגל פון הימל—נעסטן; דער בר אנש אבער האט נישט, וואו דעם קאפ אנידערצולייגן.


ווער עס איז מנצח, דער וועט ירשענען די דאזיקע זאכן; און איך וועל זיין צו אים פאר א ג‑ט, און ער וועט זיין צו מיר א זון.


דער ערשטער מענטש איז פון דער ערד, ערדיש; דער צווייטער מענטש איז מן השמים.


אבער אויב זייער איבערטרעטונג איז געווארן דאס עשירות פון דער וועלט און זייער היזק דאס עשירות פון די פעלקער, וויפל מער זייער פולקייט!


און פאר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כדי זיי זאלן זיין געהייליקט אין דעם אמת.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט; נישט צוליב מיר איז דאס דאזיקע קול געקומען, נאר צוליב אייך.


צי איז ער דען נישט דער סטאליער, מרימס זון, דער ברודער פון יעקב און יוסי און יהודה און שמעון? און צי זענען דען נישט זיינע שוועסטער דא ביי אונדז? און זיי האבן געשטרויכלט אין אים.


נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.


איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה;


און יוחנה, דאס ווייב פון כוזא, א פארוואלטער ביי הורדוסן, און שושנה און א סך אנדערע, וואס האבן אים געדינט מיט זייער האב און גוטס.


ווארום משיח האט אויך נישט געזוכט זיך אליין צו געפעלן, נאר ווי עס שטייט געשריבן: די חרפות, וואס דיינע באליידיקער האבן דיר אנגעטאן, זענען געפאלן אויף מיר. (תהלים סט, י.)


איך קען דיין צרה און אביונות—דאך ביסטו רייך—און די לעסטערונג פון יענע, וועלכע זאגן, אז זיי זענען יידן, און זענען עס נישט, נאר זענען א בית הכנסת (פארפירט דורך) שׂטן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite