Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 8:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 איך זאג עס נישט ווי א געבאט, נאר איך פרוביר אויס דורך דעם פלייס פון אנדערע אויך די עכטקייט פון אייער ליבע.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 8:8
19 Referans Kwoze  

און דאס דאזיקע זאג איך בדרך רשות, נישט ווי א געבאט.


און לאמיר סטימולירן איינער פון דעם אנדערן, צו וועקן צו ליבע און צו מעשים טובים;


יעדער איינער (זאל טאן) ווי ער האט זיך פארגענומען אין הארצן, נישט מיט באדויערן אדער אויס צוואנג; ווארום א פריילעכן געבער האט ה׳ ליב!


אין לויטערקייט, אין דערקענטעניש, אין צוריקגעהאלטנקייט, אין מילדקייט, אינם רוח הקודש, אין נישט צבועקישער ליבע,


און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;


זאל דער חסד זיין מיט אלע, וואס האבן ליב דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח מיט אן אומפארדארבלעכער ליבע. אמן.


נאר, זאגנדיק דעם אמת אין ליבע, לאמיר אין אלעם וואקסן אין אים, וואס איז דער קאפ, דער משיח,


ווארום איך קען אייער גוטן ווילן, צוליב וועלכן איך בארים מיך מיט אייך פאר די מאצעדאניער, אז אכאיא איז שוין געווען גרייט פון פאראיארן; און אייער אייפריקייט האט דערוועקט זייער פיל פון זיי.


ווייזט זשע זיי ארויס פאר די קהלות דעם באווייז פון אייער ליבע, און פון אונדזער בארימען זיך וועגן אייך.


און אין דעם דאזיקן גיב איך מיין מיינונג; ווארום דאס איז נוצלעך פאר אייך, וועלכע האבן מיט א יאר צוריק אנגעהויבן נישט בלויז צו טאן נאר אויך צו באגערן.


און וואס שייך בתולות, האב איך נישט קיין געבאט פון דעם האר; איך גיב נאר מיין מיינונג, ווי אזעלכער, וואס האט דערלאנגט רחמים דורך דעם האר, צו זיין געטריי.


צו די איבריקע אבער זאג איך, נישט דער האר, אויב א ברודער האט אן אומגלויביק ווייב, און זי איז מסכים צו וואוינען מיט אים, זאל ער זי נישט פארלאזן.


זאל די ליבע זיין אָן פאלשקייט; האט פיינט דאס שלעכטע, באהעפט זיך צו דעם גוטן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite