Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 8:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 יא, ווי איר האט אין אלעם א שפע, אין אמונה און אין ווארט און אין וויסן און אין יעדן פלייס און אין אייער ליבע צו אונדז, אזוי זאלט איר האבן א שפע אפילו אין דעם דאזיקן חסד.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 8:7
25 Referans Kwoze  

מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע,


און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים;


און בין מתפלל אויף דעם דאזיקן, אז אייער ליבע זאל זיך אלץ שטארקן מער און מער אין דערקענטעניש און יעדער פארשטענדיקייט,


אז מיר האבן מזהיר געווען טיטוסן, אז ווי ער האט פריער אנגעהויבן, אזוי זאל ער אויך פארענדיקן אין אייך אויך דעם דאזיקן חסד.


און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.


ווארום ווער מאכט דיך אויסגעצייכנטער? און וואס (אזוינס) האסטו, וועלכעס דו האסט נישט באקומען? אויב אבער דו האסט (עס שוין יא) באקומען, וואס בארימסטו זיך, ווי דו וואלסט עס נישט מקבל געווען?


אז אין אלעם זענט איר רייך געווארן אין אים, אין יעדן ווארט און אין יעדן וויסן;


די ליבע גייט קיינמאל נישט אונטער; נאר אויב עס זענען פאראן נבואות, וועלן זיי בטל ווערן; אויב לשונות, וועלן זיי אויפהערן; אויב דערקענטעניש, וועט זי אפגעשאפט ווערן.


ווארום אין איין גייסט זענען מיר אלע געטובלט געווארן אין דער מקווה צו איין גוף, סאי יידן סאי גריכן, סאי קנעכט סאי פרייע (מענטשן); און מיר זענען אלע אנגעטרונקען געווארן מיט איין גייסט.


נאר וואקסט אין דעם חסד און דערקענטעניש פון אונדזער האר און גואל יהושע/ישוע המשיח. כבוד צו אים סאי איצט סאי אין דעם טאג פון אייביקייט. אמן.


און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;


דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס.


און זיי אליין, דורך תפילות פאר אייערטוועגן, בענקען זיי נאך אייך צוליב דעם שפעדיקן חסד פון ה׳ אויף אייך.


און נישט בלויז מיט זיין אנקומען, נאר אויך מיט דער נחמה, מיט וועלכער ער איז געטרייסט געווארן ביי אייך. און ער האט אונדז דערציילט פון אייער בענקשאפט, פון אייער עצבות, פון אייער אייפער פאר מיר, אזוי, אז איך האב מיך נאך מער געפריידט.


אויך אזוי איר, ווייל איר זענט אייפעריק אזוי נאך רוחניותדיקע מתנות, זוכט, אז איר זאלט האבן א שפע פאר דער אויפבויאונג פון דער קהלה.


מיינע ברידער, איך אליין בין בטוח וועגן אייך, אז איר זענט פול מיט גוטסקייט, אנגעפילט מיט יעדן וויסן, און זענט אימשטאנד צו זאגן שטראף רייד איינער דעם אנדערן.


ווייל דו זאגסט: איך בין רייך און האב דערווארבן אן עשירות, און דארף גארנישט האבן, און ווייסט נישט, אז דו ביסט עלנט און אומגליקלעך און ארעם און בלינד און בלויז;


דערפאר, ווייל מיר באקומען א מלכות, וואס קען נישט דערשיטערט ווערן, לאמיר האבן דאנקבארקייט, דורך וועלכער מיר זאלן דינען וואוילגעפעליק צו ה׳ מיט יראה און מיט פחד;


אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.


ווארום איינעם ווערט געגעבן דורך דעם גייסט א ווארט פון חכמה; און אן אנדערן א ווארט פון דערקענטעניש, לויט דעם זעלביקן גייסט;


איז געקומען אויך דער, וואס האט באקומען די צוויי טאלאנטן און האט געזאגט: האר, דו האסט מיר איבערגעגעבן צוויי טאלאנטן; זע, איך האב פארדינט אנדערע צוויי טאלאנטן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite