Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 7:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 איך זאג עס נישט, כדי (אייך) צו פארמשפטן; ווארום איך האב שוין פריער געזאגט, אז איר זענט אין אונדזערע הערצער, כדי צוזאמען (מיט אייך) צו שטארבן און צוזאמען צו לעבן.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 7:3
12 Referans Kwoze  

אזוי האט עס אונדז געצויגן צו אייך, אז מיר האבן געוואלט זיך טיילן מיט אייך, נישט בלויז מיט דער גוטער בשורה פון ה׳, נאר אפילו מיט אונדזער אייגן לעבן, ווייל איר זענט אונדז געווארן זייער טייער.


צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן.


איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט?


פארוואס? ווייל איך האב אייך נישט ליב? ה׳ ווייסט.


דעריבער, הגם איך האב געשריבן צו אייך, (האב איך עס געטאן) נישט צוליב דעם, וועלכער האט געטאן אן עוולה, אויך נישט צוליב דעם, וועלכער איז באעוולט געווארן, נאר כדי אייער פלייס פאר אונדזערטוועגן זאל זיך אנטפלעקן צו אייך פאר ה׳.


איר זענט אונדזער בריוו, געשריבן אויף אונדזערע הערצער, באקאנט און געלייענט פון אלע מענטשן;


ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite