Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 5:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 ווארום מיר ווייסן, אז ווען דאס געצעלט, אונדזער ערדיש הויז, וועט צעשטערט ווערן, האבן מיר א בנין פון ה׳, א הויז, נישט מיט הענט געמאכט, אן אייביקס, אין הימל.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 5:1
25 Referans Kwoze  

געליבטע, איצט זענען מיר ה׳ס קינדער, און עס איז נאך נישט אנטפלעקט געווארן, וואס מיר וועלן זיין. מיר ווייסן אבער, אז ווען ער וועט נתגלה ווערן, וועלן מיר זיין גלייך צו אים; ווייל מיר וועלן אים זען אזוי, ווי ער איז.


ווארום דער משיח איז נישט אריינגעגאנגען אין א מקדש, וואס איז געווען געמאכט פון מענטשלעכע הענט, א בילד פון דעם אמתן; נאר ממש אין הימל אריין, איצט צו דערשיינען פאר ה׳ס פנים פאר אונדזערטוועגן;


מיר האבן אבער דעם דאזיקן אוצר אין ערדענע כלים, כדי די איבערמאסיקע מאכט זאל זיין פון ה׳, און נישט פון אונדז;


אבער משיח, קומענדיק ווי א כהן גדול פון די גוטע קומענדיקע זאכן, דורך דעם גרעסערן און מער פאלקאמענעם משכן, דעם נישט מיט הענט געמאכטן, דאס הייסט נישט פון דער דאזיקער באשאפונג,


צו אן אומפארדארבלעכער און אומבאפלעקטער ירושה, און וואס פארוועלקט נישט, וועלכע איז באהאלטן אין הימל פאר אייערטוועגן,


ווארום מיר, וואס זענען אין דעם דאזיקן געצעלט, זיפצן אונטער א משא, ווייל מיר ווילן נישט ווערן אויסגעטאן, נאר אנגעטאן כדי דאס שטערבלעכע זאל איינגעשלונגען ווערן פון דעם לעבן.


מיר האבן אים געהערט זאגן: איך וועל צעשטערן דעם דאזיקן היכל, וואס איז מיט הענט געמאכט געווארן. און אין דריי טעג וועל איך אויפבויען אן אנדערן, וואס איז נישט געמאכט מיט הענט.


אזויווי אלע די דאזיקע זאכן וועלן צעגיין אויף אזא אופן, היינט וואס פאר א (מענטשן) דארפט איר שוין זיין אין א הייליקן לעבן און אין יראת שמים,


אין וועמען איר זענט אויך געמלט געווארן מיט א באשניידונג (מילה) נישט מיט הענט געמאכט, דורך אויסטאן זיך פון דעם גוף פון פלייש, אין דער באשניידונג (מילה) פון דעם משיח;


דורך דעם דאזיקן וועלן מיר דערקענען, אז מיר זענען פון דעם אמת, און וועלן בארואיקן אונדזער הארץ פאר אים,


מיר ווייסן אז מיר זענען אריבערגעגאנגען פון טויט צום לעבן, ווייל מיר האבן ליב די ברידער. ווער עס האט נישט ליב, דער פארבלייבט אין דעם טויט.


ווארום ער האט געהאפט אויף דער שטאט, וואס האט פעסטע יסודות, וועמעס ארכיטעקט און בוימייסטער איז ה׳.


ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.


צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג.


נאר דער אויבערשטער וואוינט נישט אין (הייזער), וואס זענען פון הענט געמאכט, ווי דער נביא זאגט:


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite