Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 3:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 נישט אז פון זיך אליין זענען מיר פעאיק צו דענקען ווי עפעס וואלט געווען פון אונדז אליין; נאר אונדזער פעאיקייט איז פון ה׳,

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 3:5
19 Referans Kwoze  

און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר.


איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.


נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.


ווארום ה׳ איז עס, וואס ווירקט אין אייך סאי צו וועלן סאי צו טאן לויט זיין רצון.


איך בין דער וויינשטאק; איר זענט די צווייגן; ווער עס בלייבט אין מיר, און איך אין אים, דער ברענגט א סך פירות; ווייל אָן מיר קענט איר גארנישט טאן.


יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי.


איך האב געפלאנצט, אפאלאס האט באוואסערט; ה׳ אבער האט געמאכט וואקסן.


ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.


מיר האבן אבער דעם דאזיקן אוצר אין ערדענע כלים, כדי די איבערמאסיקע מאכט זאל זיין פון ה׳, און נישט פון אונדז;


לויט דעם חסד פון ה׳, וואס איז מיר געגעבן געווארן, האב איך ווי א קלוגער בוימייסטער געלייגט א יסוד; אן אנדערער אבער בויט (דערויף). זאל זשע יעדער אכטונג געבן, וויאזוי ער טוט דערויף בויען.


צו די טאקע א ריח מות צום טויט; און צו די א ריח חיים צום לעבן. און ווער איז ראוי צו דעם דאזיקן?


און זע, איך שיק אויף אייך די הבטחה פון מיין פאטער; איר אבער בלייבט אין דער שטאט, ביז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פון אויבן.


ווארום איך וועל מיך נישט אונטערשטעלן צו רעדן פון עפעס אחוץ פון דעם, וואס משיח האט געווירקט דורך מיר, צו ברענגען די אומות העולם צו געהארכזאמקייט, אין ווארט און בפועל ממש,


און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite