Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 3:14 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

14 נאר זייערע מחשבות זענען פארהארטעוועט געווארן? ווארום ביז צום היינטיקן טאג בלייבט די זעלביקע מסוה נישט אפגעדעקט ביים לייענען דעם ברית הישנה (תנ״ך), ווייל זי ווערט אוועקגענומען (נאר) אינם משיח.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 3:14
34 Referans Kwoze  

אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


ווארום איך וויל נישט, ברידער, אז איר זאלט נישט וויסן דעם דאזיקן סוד, כדי איר זאלט זיך נישט האלטן פאר קיין חכמים, אז א טיילווייזע פארהארטונג איז געקומען איבער ישראל, ביז די פולקייט פון די אומות העולם וועט אריינקומען;


ווייל דער ג‑ט, וועלכער האט געזאגט: פון חושך זאל ארויסשיינען ליכט! האט געלויכטן אין אונדזערע הערצער אריין, כדי צו געבן ליכט פון דער דערקענטעניש פון דעם כבוד פון ה׳ אין דעם פנים פון משיח.


און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן.


און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס.


איך בין געקומען א ליכט אין דער וועלט אריין, כדי יעדער איינער, וואס גלויבט אין מיר, זאל נישט בלייבן אין דער פינצטערניש.


און ער האט בלינד געמאכט זייערע אויגן, הארט געמאכט זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט זען מיט די אויגן, און באנעמען מיטן הארץ, און תשובה טאן, און איך זאל זיי היילן. (ישעיהו ו, ט, י.)


דאן האט יהושע/ישוע ווידער צו זיי גערעדט, אזוי צו זאגן; איך בין דאס ליכט פון דער וועלט; דער, וואס פאלגט מיר נאך, וועט אויף קיין פאל נישט לעבן אין דער פינצטערניש, נאר וועט האבן דאס ליכט פון לעבן.


און יהושע/ישוע האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: אז וואויל איז דיר, שמעון בר‑יונה; ווייל בשר ודם האט עס דיר נישט אנטפלעקט, נאר מיין פאטער, וואס איז אין הימל!


און ער האט ענטפערנדיק געזאגט: ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן צו וויסן די סודות פון דעם מלכות השמים, צו יענע אבער איז עס נישט געגעבן געווארן.


אויב דעריבער דיין אויג איז געזונט, וועט דיין גאנצער גוף זיין ליכטיק. ווען אבער דיין אויג איז בייז, וועט דיין גאנצער גוף זיין פינסטער. דעריבער אויב דאס ליכט, וואס איז אין דיר, איז פינסטער, ווי גרויס איז די חושך!


וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.


ווארום משה האט פון לאנגע דורות אָן אין יעדער שטאט די, וואס דרשענען אים, מחמת (זיין תורה) ווערט געלייענט אין די שולן יעדן שבת.


יא ביז דעם היינטיקן טאג, ווען (תורת) משה ווערט געלייענט, ליגט א מסוה אויף זייער הארץ.


וועלכע זענען פארפינסטערט אין זייער פארשטאנד, פארפרעמדט פון דעם לעבן פון ה׳, צוליב דעם אומוויסן, וואס איז אין זיי, דורך דער פארטעמפטקייט פון זייער הארץ;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite