Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 2:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 ווארום פון גרויס דריקונג און הארץ קלעמעניש האב איך צו אייך געשריבן און מיט א סך טרערן, נישט כדי אייך מצער צו זיין, נאר כדי איר זאלט דערקענען די ליבע, וואס איך האב אין א שפעדיקער מאס לגבי אייך.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 2:4
12 Referans Kwoze  

דעריבער, הגם איך האב געשריבן צו אייך, (האב איך עס געטאן) נישט צוליב דעם, וועלכער האט געטאן אן עוולה, אויך נישט צוליב דעם, וועלכער איז באעוולט געווארן, נאר כדי אייער פלייס פאר אונדזערטוועגן זאל זיך אנטפלעקן צו אייך פאר ה׳.


ווארום א סך לעבן, וועגן וועמען איך האב אייך מערערע מאל געזאגט, און איצט זאג איך אייך וויינענדיק, אז זיי זענען די שונאים פון משיחס בוים;


איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט?


ווארום איך אייפער פאר אייך מיט א ג‑טלעכער אייפערזוכט, ווייל איך האב אייך פארקנסט צו איין מאן, ווי א לויטערע בתולה פארצושטעלן פאר דעם משיח.


ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק האב איך געשריבן, כדי איך זאל וויסן אייער אויספרואוואונג, צי איר זענט געהארכזאם אין אלעם.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite