Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 2:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און אָט דאס האב איך געשריבן, כדי ווען איך וועל קומען, זאל איך נישט האבן קיין טרויער פון די, וואס איך דארף זיך פרייען מיט זיי; זייענדיק בטוח אויף אייך אלעמען, אז מיין שמחה איז אייער אלעמענס שמחה.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 2:3
17 Referans Kwoze  

איך בין בטוח וועגן אייך אין דעם האר, אז איר וועט גארנישט אנדערש דענקען; דער אבער, וואס באטריבט אייך, וועט טראגן זיין משפט, ווער עס זאל נישט זיין.


און האבן מיטגעשיקט מיט זיי אונדזער ברודער, וועמען מיר האבן אפט אויסגעפרואווט אין א סך זאכן, אז ער איז פלייסיק, איצט אבער פיל פלייסיקער צוליב זיין גרויסן בטחון אין אייך.


איבערצייגט פון דיין געהארכזאמקייט, האב איך געשריבן צו דיר, ווייל איך ווייס, אז דו וועסט טאן מער ווי איך זאג.


דעריבער, הגם איך האב געשריבן צו אייך, (האב איך עס געטאן) נישט צוליב דעם, וועלכער האט געטאן אן עוולה, אויך נישט צוליב דעם, וועלכער איז באעוולט געווארן, נאר כדי אייער פלייס פאר אונדזערטוועגן זאל זיך אנטפלעקן צו אייך פאר ה׳.


און מיר זענען בטוח וועגן אייך אינם האר, אז וואס מיר געביטן אייך, דאס טוט איר און וועט עס טאן.


טאמער, ווען איך וועל קומען, וועט מיין ג‑ט מיך דערנידעריקן פאר אייך, און איך וועל טרויערן איבער א סך, וועלכע האבן שוין פריער געהאט געזינדיקט און נישט תשובה געטאן אויף זייער טומאה און זנות און צעלאזנקייט, וואס זיי האבן געטריבן.


איך האב מיך געמאכט צו נאר: איר האט מיך געצוואונגען (דערצו); ווארום איך וואלט געדארפט געלויבט ווערן פון אייך; ווייל איך בין אין קיין זאך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים, הגם איך בין גארנישט.


ווייל אפילו אויב איך האב אייך באטריבט מיט דעם בריוו, טו איך נישט קיין חרטה האבן דערויף, הגם איך האב עס יא באדויערט; ווייל איך זע, אז יענער בריוו האט אייך באטריבט נאר לפי שעה.


נאר ה׳, וועלכער טרייסט די שפלדיקע, האט אונדז געטרייסט מיט טיטוסנס אנקומען;


און אין דעם דאזיקן בטחון האב איך צום ערשט געוואלט קומען צו אייך, כדי איר זאלט האבן א צווייפאכן חסד,


וואס ווילט איר? זאל איך קומען צו אייך מיט א רוט, אדער מיט ליבע און מיט דעם גייסט פון ענווה?


איך אבער רוף ה׳ אלס עדות אויף מיין נשמה, אז כדי אייך צו שוינען בין איך נאך נישט געקומען קיין קארינט.


ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק האב איך געשריבן, כדי איך זאל וויסן אייער אויספרואוואונג, צי איר זענט געהארכזאם אין אלעם.


איך פריי מיך, אז איך קען מיך אין אלעם פארלאזן אויף אייך.


צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite