Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 12:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און ער האט צו מיר געזאגט: מיין חסד איז גענוג פאר דיר, ווארום מיין קראפט ווערט שלמותדיק אין שוואכקייט. וועל איך מיך צום ליבסטן דעריבער מער בארימען מיט מיינע שלאפקייטן, כדי משיחס גבורה זאל רוען אויף מיר.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 12:9
38 Referans Kwoze  

איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך.


דערפאר האב איך א וואוילגעפעלן אין שלאפקייטן, אין חרפות, אין נויטן, אין רדיפות, אין אנגסטן, פון משיחס וועגן; ווארום ווען איך בין שלאף, דעמאלט בין איך א גיבור.


אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט;


קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין.


לאמיר זשע קומען מיט בטחון צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.


מיט אזעלכן וועל איך מיך בארימען; אבער מיט מיר אליין וועל איך מיך נישט בארימען, אחוץ מיט די שלאפקייטן מיינע.


נאר דורך ה׳ס חסד בין איך, וואס איך בין; און זיין חסד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעווארפן; נאר איך האב געהארעוועט מער פון זיי אלעמען; דאך נישט איך, נאר ה׳ס חסד, וואס איז מיט מיר.


כדי אייער אמונה זאל נישט זיין אין מענטשלעכער חכמה, נאר אין דער גבורה פון ה׳.


געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און צוריקגעהאלטנקייט מיט שמחה;


ווארום איך וועל אייך געבן א מויל און חכמה, וואס אלע אייערע קעגנער וועלן זיך נישט קענען אנטקעגנשטעלן אדער ווידערשפרעכן.


אויב איך מוז מיך בארימען, וועל איך מיך בארימען מיט מיין שלאפקייט.


און דער חסד פון אונדזער האר האט זיך זייער פיל געמערט (אין מיר) מיט אמונה און ליבע, וואס איז אין דעם משיח יהושע/ישוע.


אויסגעלאשן די קראפט פון פייער, אנטלאפן פון דער שארף פון דער שווערד, שטארק געווארן פון שוואכקייט, געווארן גיבורים אין מלחמה, געמאכט פרעמדע חיילות אנטלויפן.


און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.


און יהושע/ישוע איז צוגעגאנגען און האט מיט זיי גערעדט, אזוי צו זאגן: עס איז מיר געגעבן געווארן יעדע מאכט אין הימל און אויף דער ערד.


איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט?


און בין געווען ביי אייך אין שלאפקייט און אין פורכט און אין גרויס ציטערניש.


איך מוז מיך בארימען, הגם עס נוצט נישט; איך וועל אבער קומען צו חזיונות און אנטפלעקונגען פון דעם האר.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite