Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 12:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 ווארום ווען איך זאל מיך וועלן בארימען, וועל איך נישט זיין קיין נאר; ווייל איך וועל זאגן דעם אמת; איך פארמייד עס אבער, כדי עס זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר מער ווי ער זעט מיך, אדער הערט פון מיר.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 12:6
12 Referans Kwoze  

ווידער זאג איך: זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר א נאר; און אויב דאך, טא זאלט איר זשע מיך אויפנעמען ווי א נאר, כדי איך זאל מיך אויך אביסל בארימען.


איך האב מיך געמאכט צו נאר: איר האט מיך געצוואונגען (דערצו); ווארום איך וואלט געדארפט געלויבט ווערן פון אייך; ווייל איך בין אין קיין זאך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים, הגם איך בין גארנישט.


דער ג‑ט און פאטער פון דעם האר יהושע/ישוע, ער, וועלכער איז געלויבט אויף אייביק, ווייסט, אז איך זאג נישט קיין שקר.


און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן.


ווארום אויב מיר זענען אראפ פון זינען, איז עס פאר ה׳; זענען מיר ביים קלארן פארשטאנד, איז עס פאר אייערטוועגן.


נאר ה׳ איז געטריי, אז אונדזער ווארט צו אייך איז נישט יא און ניין.


וואס איז דען אפאלאס? און וואס פוילוס? נאר משרתים, דורך וועלכע איר האט געגלויבט; און יעדער איינער, ווי דער האר האט אים געגעבן.


איך זאג דעם אמת אינם משיח, איך זאג נישט קיין שקר, מיין געוויסן זאגט מיר עדות דורך דעם רוח הקודש,


ווייל אויב איך האב מיך עפעס בארימט פאר אים וועגן אייך, בין איך נישט פארשעמט געווארן; נאר ווי מיר האבן צו אייך אלץ גערעדט ווארהאפטיק, אויך אזוי איז אונדזער בארימען זיך פאר טיטוסן וואר געווארן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite