Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 12:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 איך האב מיך געמאכט צו נאר: איר האט מיך געצוואונגען (דערצו); ווארום איך וואלט געדארפט געלויבט ווערן פון אייך; ווייל איך בין אין קיין זאך נישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים, הגם איך בין גארנישט.

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 12:11
17 Referans Kwoze  

ווארום איך מיין, אז איך בין גארנישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים.


הלוואי וואלט איר אביסל אויסגעהאלטן מיין נארישקייט; און דאך האלט איר עס אויס פון מיר.


מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די אומות (העולם) די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות;


די צייכנס פון א שליח זענען דאך געווירקט געווארן צווישן אייך אין יעדער סבלנות, אין אותות און מופתים און גבורות.


ווארום ווען איך זאל מיך וועלן בארימען, וועל איך נישט זיין קיין נאר; ווייל איך וועל זאגן דעם אמת; איך פארמייד עס אבער, כדי עס זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר מער ווי ער זעט מיך, אדער הערט פון מיר.


און ליידן מיר צרות, איז עס פאר אייער טרייסט און ישועה; ווערן מיר געטרייסט, איז עס פאר אייער טרייסט, וואס באווייזט זיך ווירקזאם אין דערטראגן סבלנותדיק די זעלביקע יסורים, וועלכע מיר אליין ליידן אויך;


צי פוילוס, צי אפאלאס, צי כיפא, צי די וועלט, צי דאס לעבן, צי דער טויט, צי דאס קעגנווערטיקע, צי דאס צוקונפטיקע: אלץ געהערט צו אייך,


און אזוי אויך איר, ווען איר וועט האבן געטאן אלץ, וואס איז אייך באפוילן געווארן, זאלט איר זאגן: מיר זענען אומנוצלעכע קנעכט; מיר האבן געטאן וואס עס איז געווען אונדזער חוב!


און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.


צי הויבן מיר שוין ווידער אָן זיך אליין צו רעקאמענדירן? אדער נויטיקן מיר זיך, ווי אייניקע (אנדערע), אין רעקאמענדירונגס בריוו צו אייך, אדער פון אייך?


ווארום אויב מיר זענען אראפ פון זינען, איז עס פאר ה׳; זענען מיר ביים קלארן פארשטאנד, איז עס פאר אייערטוועגן.


ווארום אויב עמיצער מיינט, אז ער איז עפעס, ווען ער איז גארנישט, באטריגט ער זיך אליין.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite