Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 11:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 אדער האב איך דערמיט געטאן א זינד, דערנידעריקנדיק זיך אליין, כדי איר זאלט דערהייבט ווערן, ווייל איך האב אייך אנגעזאגט די גוטע בשורה פון ה׳ בחינם?

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 11:7
14 Referans Kwoze  

ווארום מיט וואס זענט איר נידעריקער געשטעלט געווארן אין פארגלייך מיט די איבריקע קהלות, אחוץ וואס איך בין אייך נישט געפאלן צו לאסט? זייט מיר מוחל די דאזיקע עוולה!


ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.


און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:


אדער בין איך עס אליין און בר‑נבא, וואס מיר האבן נישט קיין רשות נישט צו ארבעטן?


מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט;


איר אליין ווייסט, אז די דאזיקע הענט מיינע האבן מיר געדינט פאר מיינע הצטרכותן און פאר די הצטרכותן פון מיינע באגלייטער.


אויב אנדערע האבן א חלק אינם רשות איבער אייך, האבן מיר דען נישט מער (רשות)? מיר אבער האבן נישט אויסגענוצט דאס דאזיקע רשות, נאר מיר שטייען אלץ אויס, כדי מיר זאלן נישט פארשאפן קיין שום שטערונג פאר דער בשורה טובה פונם משיח.


זילבער, אדער גאלד, אדער מלבושים, האב איך פון קיינעם נישט באגערט.


פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳,


און ווען איך בין געקומען קיין טראאס פאר דער גוטער בשורה פון דעם משיח, און א טיר איז מיר געעפנט געווארן אין דעם האר,


אנצוזאגן די גוטע בשורה אין (לענדער, וועלכע) ליגן אויסער אייך, און זיך נישט צו בארימען וואס שייך דעם, וואס איז שוין פארטיק אין אן אנדערנס גבול.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite