Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 10:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 מיר ווארפן אום תחבולות, און יעדע הויכקייט, וואס דערהייבט זיך קעגן דער דערקענטעניש פון ה׳, און נעמען געפאנגען יעדע מחשבה צו דער געהארכזאמקייט פונם משיח,

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 10:5
48 Referans Kwoze  

ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן.


איך זע אבער אין מיינע אברים אן אנדער געזעץ, וואס האלט מלחמה מיט דעם געזעץ פון מיין פארשטאנד, וואס נעמט מיך געפאנגען צום געזעץ פון זינד, וואס איז אין מיינע אברים.


מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען.


צוליב דעם, וואס קענענדיק ה׳, האבן זיי אים נישט פארהערלעכט אלס ה׳ אדער (אים) געדאנקט, נאר האבן זיך צו נאר געמאכט מיט זייער דענקען און זייער זינלאז הארץ איז פארפינסטערט געווארן.


ווארום די חכמה פון דער דאזיקער וועלט איז טפשות ביי ה׳; ווייל עס שטייט געשריבן: ער פאנגט די חכמים אין זייער כיטרעקייט; (איוב ה, יג.)


ווארום עס שטייט געשריבן: איך וועל צונישט מאכן די חכמה פון די חכמים, און וועל פארווארפן דעם פארשטאנד פון די פארשטאנדיקע. (ישעיהו כט, יד.)


און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים;


און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;


און דעמאלט וועט אנטפלעקט ווערן דער רשע, וועמען דער האר יהושע/ישוע וועט אומברענגען מיט דעם אטעם פון זיין מויל און אים פארניכטן מיט דער דערשיינונג פון זיין קומען;


מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם, צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ.


וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייבט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג‑ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג‑ט.


און צוליב דעם באווייז פון דער דאזיקער עבודה לויבן זיי ה׳ פאר דער געהארכזאמקייט פון אייער מודה זיין זיך פון דער גוטער בשורה פונם משיח, און פאר דער אויפריכטיקייט פון דער חברותאשאפט לגבי זיי און לגבי אלעמען;


איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;


דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען,


לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.


ווארום איר פארטראגט עס, ווען איינער פארשקלאפט אייך, ווען איינער עסט אייך אויף, ווען איינער נעמט אייך (געפאנגען), ווען איינער דערהייבט (זיך), ווען איינער שלאגט אייך אין פנים אריין.


און דער שלום פון ה׳, וואס איז העכער פון יעדער שכל, וועט באוואכן אייערע הערצער און אייערע מחשבות אינם משיח יהושע/ישוע.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite