Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




ב קארינטער בריוו 1:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 ווארום מיר ווילן נישט, אז איר זאלט נישט וויסן, ברידער, וועגן דער צרה, וואס איז אונדז געשען אין (קליין) אזיען, אז זייער פיל איבער די כוחות זענען מיר געדריקט געווארן, אזוי, אז מיר האבן זיך אפילו מיאש געווען אפילו פונם לעבן;

Gade chapit la Kopi




ב קארינטער בריוו 1:8
13 Referans Kwoze  

אויב איך האב געקעמפט פשוט ווי א מענטש מיט די ווילדע חיות אין עפעזוס, וואס נוצט עס מיר? אויב די טויטע שטייען נישט אויף, לאמיר עסן און טרינקען, ווארום מארגן שטארבן מיר! (ישעיהו כב, יג.)


שוין, איר זענט שוין זאט געווארן, איר זענט שוין רייך געווארן, איר קעניגט שוין—אָן אונדז; און הלוואי וואלט איר געקעניגט, כדי מיר זאלן מיטקעניגן מיט אייך.


ווארום א גרויסע טיר פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געווארן, און עס זענען דא א סך קעגנער.


פרתיים און מעדער און עלאמיטן, און די איינוואוינער פון ארם נהרים, יהודה, קאפאדאציע, פאנטוס און (קליין) אזיען,


און זיי זענען דורכגעגאנגען פריגיען און דאס לאנד גאלאטיען, ווייל עס איז זיי פארווערט געווארן פון דעם רוח הקודש צו רעדן דאס ווארט אין אזיען;


און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער.


יא, מיר אליין האבן געהאט אין זיך דעם אורטייל פון טויט, כדי מיר זאלן נישט האבן קיין בטחון אויף זיך אליין, נאר אויף ה׳, וועלכער איז מחיה מתים;


ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע;


און ווען ער האט דאס געזאגט, האט ער פאנאנדערגעלאזט די פארזאמלונג.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite