15 און אין דעם דאזיקן בטחון האב איך צום ערשט געוואלט קומען צו אייך, כדי איר זאלט האבן א צווייפאכן חסד,
איך וועל אבער באלד קומען צו אייך, אם ירצה ה׳, און וועל אויסגעפונען, נישט די רייד פון די אנגעבלאזענע, נאר די גבורה זייערע.
ווארום מיין פארלאנג איז אייך צו זען, כדי אייך איבערצוגעבן עפעס א רוחניותדיקע מתנה צו אייער שטארקונג;
און איך ווייס, אז קומענדיק צו אייך, וועל איך קומען מיט דער פולקייט פון משיחס ברכה.
און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!
און אויב עמיצער איז הונגעריק, זאל ער עסן אינדערהיים, כדי איר זאלט זיך נישט צוזאמענקומען צו א משפט. און דאס איבריקע וועל איך מתקן זיין, ווי נאר איך וועל קומען.
יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטון קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין.
ווארום איך וויל אייך איצט נישט זען אויף דער דורכרייזע; ווייל איך פארהאף צו בלייבן ביי אייך א געוויסע צייט, אם ירצה ה׳.
אָט בין איך שוין גרייט צו קומען צו אייך צום דריטן מאל; און וועל אייך נישט פאלן צו לאסט, ווייל איך זוך נישט אייערס, נאר אייך; ווארום די קינדער זענען נישט מחייב איינצוזאמלען אוצרות פאר די עלטערן, נאר די עלטערן פאר די קינדער.