10 וועלכער האט אונדז מציל געווען פון אזא גרויסן טויט, און וועט מציל זיין; צו וועמען מיר האבן געהאפט, אז ער וועט נאך מציל זיין;
ווארום פאר דעם דאזיקן באמיען מיר זיך און ווערן באליידיקט, ווייל מיר האבן געזעצט אונדזער האפענונג אויף דעם לעבעדיקן ג‑ט, וועלכער איז דער העלפער פון אלע מענטשן, הויפטזאכלעך פון די מאמינים.
אזוי ווייסט דער האר מציל צו זיין די ג‑טספארכטיקע פון א נסיון, רשעים אבער צו באהאלטן צו באשטראפונג אינם יום הדין;
כדי איך זאל ניצול ווערן פון די ווידערשפעניקע אין יהודה, און אז מיין דינסט אין ירושלים זאל זיין אנגענעם צו די קדושים;
דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע אומות (העולם) זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל.
צוליב דעם דאזיקן האבן מיך יידן געכאפט אינם בית המקדש, און האבן פארזוכט מיך צו טייטן.
יא, מיר אליין האבן געהאט אין זיך דעם אורטייל פון טויט, כדי מיר זאלן נישט האבן קיין בטחון אויף זיך אליין, נאר אויף ה׳, וועלכער איז מחיה מתים;
ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע;