6 יראת שמים אבער מיט צופרידנקייט איז א גרויס געווינס;
אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט: איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן, איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן. (דברים לא, ו.)
האבנדיק אבער שפייז און מלבושים, לאמיר זיין צופרידן מיט די דאזיקע.
ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא.
ווארום פאר מיר איז משיח דאס לעבן און דאס שטארבן—א געווינס.
און מיר ווייסן, אז פאר אלע, וואס האבן ליב ה׳, ווירקט אלץ צוזאמען צום גוטן, צו די, וואס זענען גערופן לויט זיין ציל.
און אויך זעלנער האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און מיר, וואס זאלן מיר טאן? און ער האט צו זיי געזאגט: באדריקט קיינעם נישט, ברענגט נישט קיין מסירות אויף קיינעם, און באגענוגענט אייך מיט אייער געהאלט.
ווארום אונדזער לייכטע און צייטווייליקע באדריקונג פארשאפט אונדז, מער און מער איבער דער מאס, א משא פון אייביקן כבוד;
ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן.