Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טימאטעוס בריוו 6:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און די, וועלכע האבן הארן מאמינים, זאלן זיי נישט מבזה זיין, ווייל זיי זענען ברידער, נאר זאלן זיי נאך מער דינען, ווייל זיי זענען מאמינים און געליבטע, וועלכע האבן א חלק אין דער מתנה (פון ה׳). דאס זאלסטו לערנען און מזהיר זיין.

Gade chapit la Kopi




א טימאטעוס בריוו 6:2
31 Referans Kwoze  

איר הארן, גיט אייערע קנעכט דאס, וואס איז גערעכט און יושרדיק, און זייט וויסן, אז אויך איר האט א האר אין הימל.


דאס זאלסטו באפעלן און לערנען.


און דאך זענען די דאזיקע בעלי חלומות אויף אזא אופן מטמא דאס פלייש, זענען מבזה ממשלות און לעסטערן מאיעסטעטן.


און איבערהויפט די, וועלכע גייען נאך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש, און פאראכטן הערשאפט; עזות פנימער, פרעכע, זיי ציטערן נישט צו לעסטערן מאכטן;


די זקנים דעריבער צווישן אייך בין איך מזהיר, וואס איך בין אויך א זקן און אן עדות פון דעם משיחס ליידן, ווי אויך אן אנטיילנעמער אין דעם כבוד, וואס דארף אנטפלעקט ווערן:


ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף;


דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען,


עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט זיכערקייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן;


די דאזיקע זאכן זאלסטו זאגן, און מזהיר זיין און שטראפן מיט יעדער שטרענגקייט. קיינער זאל דיך נישט מבזה זיין.


דו אבער רעד וואס עס פאסט פאר דער געזונטער לערנונג.


אויף א זקן זאלסטו דיך נישט בייזערן, נאר זיי אים מזהיר, ווי א פאטער; די יונגערע (מענער), ווי ברידער;


מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע,


ווייל מיר האבן געהערט פון אייער אמונה אין דעם משיח יהושע/ישוע און פון דער ליבע, וואס איר האט צו אלע הייליקע,


צו די הייליקע און געטרייע ברידער אינם משיח, וועלכע געפינען זיך אין קאלאסע: חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער.


אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה,


צוליב דעם אויך איך, האבנדיק געהערט פון אייער גלויבן אין דעם האר יהושע/ישוע און דער ליבע צו אלע הייליקע,


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון צו די קדושים, וואס געפינען זיך אין עפעזוס און צו די מאמינים אינם משיח יהושע/ישוע:


ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.


און אויב אייניקע פון די צווייגן זענען אפגעבראכן געווארן, דו אבער, זייענדיק א ווילדער איילבערט בוים, ביסט צוגעזעצט געווארן צווישן זיי און ביסט געווארן מיט זיי אן אנטיילנעמער פונם ווארצל פון דעם איילבערט בוים און זיין פעטקייט,


ווייל וועמען ער האט פון פריער געקענט (פעטרוס א א, ב.), זיי האט ער פון פריער באשטימט צו זיין ענלעך צום געשטאלט פון זיין זון, אז ער זאל זיין דער בכור צווישן א סך ברידער;


און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!


איר אבער זאלט זיך נישט רופן רבי, מחמת איינער איז אייער רבי, און איר אלע זענט ברידער.


קיינער קען נישט דינען צוויי הארן; מחמת אדער ער וועט דעם איינעם פיינט האבן, און ליב האבן דעם אנדערן, אדער ער וועט זיך האלטן ביי איינעם, און דעם אנדערן פאראכטן. איר קענט נישט דינען ה׳ און ממון.


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite