Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טימאטעוס בריוו 5:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 אויב אבער עמיצער זארגט נישט פאר זיינע קרובים, און איבערהויפט פאר זיינע בני בית, האט ער פארלייקנט די אמונה, און איז ערגער פון אן אומגלויביקן.

Gade chapit la Kopi




א טימאטעוס בריוו 5:8
19 Referans Kwoze  

דעריבער, אזויווי מיר האבן א געלעגנהייט, לאמיר טאן גוטס צו אלעמען, און איבערהויפט צום הויזגעזינד פון אונדזער אמונה.


אָט בין איך שוין גרייט צו קומען צו אייך צום דריטן מאל; און וועל אייך נישט פאלן צו לאסט, ווייל איך זוך נישט אייערס, נאר אייך; ווארום די קינדער זענען נישט מחייב איינצוזאמלען אוצרות פאר די עלטערן, נאר די עלטערן פאר די קינדער.


זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.


אויב דעריבער איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, וויפל מער וועט אייער פאטער, וואס איז אין הימל, געבן גוטס צו די, וואס בעטן אים?


וואס האבן א געשטאלט פון יראת שמים, פארלייקענען אבער די קראפט דערפון; אויך פון די דאזיקע קער דיך אפ.


איך קען דיינע מעשים. אָט האב איך געגעבן פאר דיר אן אפענע טיר, וואס קיינער וועט זי נישט קענען צושליסן; ווייל דו האסט ווייניק קראפט, און האסט אפגעהיטן מיין ווארט, און נישט פארלייקנט מיין נאמען.


איך ווייס, וואו דו וואוינסט: דארטן, וואו עס איז דעם שׂטנס טראן; און האלטסט פעסט מיין נאמען, און האסט נישט אפגעלייקנט מיין אמונה, אפילו אין די טעג פון אנטיפאס, מיין געטרייען עדות, וואס איז געטייט געווארן ביי אייך, וואו דער שׂטן וואוינט.


עס זענען אבער אויך געווען פאלשע נביאים צווישן דעם פאלק, ווי עס וועלן אויך זיין צווישן אייך פאלשע מורי תורה, וועלכע וועלן בשתיקה אריינפירן פארדארבלעכע כתות, און פארלייקענען דעם האר, וואס האט זיי אפגעקויפט, און ברענגען אויף זיך א גיכע פארדארבונג.


אויב איך וואלט נישט געקומען און גערעדט צו זיי, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי נישט קיין אנטשולדיקונג פאר זייער זינד.


ווארום עס האבן זיך אריינגעגנבעט אייניקע לייט, וועלכע זענען שוין פון לאנג אנגעשריבן געווארן צום דאזיקן משפט, רשעים, וואס פארקערן דעם חסד פון אונדזער ג‑ט צו צעלאזנקייט, און פארלייקענען דעם איינציקן מושל און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


און וואס פאר אן איינקלאנג גיבט עס צווישן משיח און בליעל? אדער וואס פאר א חלק האט דער מאמין מיט דעם אומגלויביקן?


און אויב ער וועט זיי נישט הערן, זאג עס צו דער קהלה. ווען אבער ער וויל די קהלה אויך נישט הערן, זאל ער זיין פאר דיר ווי א גוי און דער שטייער אויפמאנער.


נאר א ברודער משפט זיך מיט א ברודער, און דאס דאזיקע (טוט ער) פאר די אומגלויביקע!


אויב מיר האבן סבלנות, וועלן מיר אויך קעניגן צוזאמען מיט אים; אויב מיר וועלן אים פארלייקענען, וועט ער אויך אונדז פארלייקענען;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite