Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טימאטעוס בריוו 5:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 איך באשווער דיך פאר ה׳ און דעם משיח יהושע/ישוע און די אויסדערוויילטע מלאכים, אז דו זאלסט אפהיטן די דאזיקע זאכן אָן פאראורטייל, און גארנישט טאן מיט פארטייאישקייט.

Gade chapit la Kopi




א טימאטעוס בריוו 5:21
25 Referans Kwoze  

ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די מלאכים, וועלכע האבן געזינדיקט, נאר האט זיי איבערגעגעבן אין היילן פון חשכות אין דער אונטערוועלט, אפגעהיטן צו ווערן צום משפט;


איך באשווער דיך פאר ה׳ און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער וועט משפטן די לעבעדיקע און די טויטע, און פאר זיין דערשיינונג און זיין מלכות;


איך באפעל דיר פאר ה׳, וועלכער מאכט אלץ לעבעדיק, און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט עדות געזאגט פאר פאנטיוס פילאטוסן די גוטע באקענונג,


און מלאכים, וועלכע האבן נישט אפגעהיטן זייער ממשלה, נאר פארלאזט זייער וואוינונג, האט ער אויפבאווארט אונטער דער פינצטערניש מיט אייביקע קייטן צום משפט אין דעם גרויסן טאג.


דאס ברענג אלע צום זכרון, באשווערנדיק זיי פאר ה׳, זיך נישט צו צאנקען איבער ווערטער, וואס נוצט צו גארנישט, (בלויז) צום פארדארבן די צוהערער.


דערפאר פון איצט אָן קענען מיר קיינעם נישט לויטן פלייש; און אויב אפילו מיר האבן געקענט משיחן לויטן פלייש, קענען מיר אים שוין נישט מער.


דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


וועט ער אויך טרינקען פון ה׳ס צארנוויין, וואס איז אנגעגאסן נישט אויסגעמישט אין דעם בעכער פון זיין צארן, און געפייניקט ווערן אין פייער און שוועבל פאר די הייליקע מלאכים און פאר דעם לעמעלע;


די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.


איך באשווער אייך ביי דעם האר, אז דער בריוו זאל איבערגעלייענט ווערן פאר אלע ברידער.


און זיי האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווייסן, אז דו רעדסט און לערנסט ריכטיק, און ביסט נישט נושא פנים, נאר לערנסט אויף אן אמת דעם וועג פון ה׳.


און לערנט זיי האלטן אלץ, וואס איך האב אייך געבאטן. און זע, איך בין מיט אייך אלע טעג, ביז צום קץ פון דער וועלט. אמן.


מחמת דער בר אנש וועט קומען אין דער הערלעכקייט פון זיין פאטער מיט זיינע מלאכים; און דעמאלט וועט ער פארגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מעשים.


ווארום ווער עס שעמט זיך מיט מיר און מיט די ווערטער מיינע, מיט דעם דאזיקן וועט דער בר אנש זיך שעמען, ווען ער וועט קומען אין זיין הערלעכקייט און (אין דער הערלעכקייט) פון דעם פאטער און פון די הייליקע מלאכים.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite