Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טימאטעוס בריוו 5:19 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

19 קעגן א זקן זאלסטו נישט אננעמען קיין אנקלאג, אחוץ סיידן לויט צוויי אדער דריי עדות.

Gade chapit la Kopi




א טימאטעוס בריוו 5:19
14 Referans Kwoze  

וועט ער דיך הערן, האסטו געוואונען דיין ברודער. אויב אבער ער וועט נישט הערן, זאלסטו נעמען מיט דיר נאך איינעם אדער צוויי, כדי פון דעם מויל פון צוויי עדות אדער דריי זאל יעדע זאך פעסטגעשטעלט ווערן.


דאס דאזיקע איז דאס דריטע מאל, אז איך קום צו אייך. דורך דעם מויל פון צוויי אדער דריי עדות זאל יעדעס ווארט באשטעטיקט ווערן.


אויב איינער איז אָן א פעלער, דער מאן פון איין ווייב, האט גלויביקע קינדער, וועמען מען באשולדיקט נישט אין צעלאזנקייט, אדער אומגעהארכזאמקייט.


עמיצער, וואס איז עובר תורת משה, מוז אָן רחמנות שטארבן אויפן עדות זאגן פון צוויי אדער דריי;


וועמען איך האב געענטפערט, אז עס איז נישט דער מנהג ביי רוימער איבערצוגעבן א מענטשן (צום טויט) איידער דער באשולדיקטער האט די באשולדיקער פאר זיך פנים אל פנים, און באקומט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיקן אויף דער באשולדיקונג.


און אפילו אין דער תורה אייערער שטייט געשריבן, אז דאס עדות זאגן פון צוויי מענטשן איז אמת.


דאס האבן זיי אויך געטאן, שיקנדיק עס צו די זקנים דורך דער האנט פון בר‑נבא און שאול.


פילאטוס איז דעריבער ארויסגעגאנגען צו זיי אינדרויסן, און געזאגט; וואס פאר א באשולדיקונג ברענגט איר קעגן דעם דאזיקן מענטשן?


פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים.


די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite