Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טימאטעוס בריוו 4:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 נאר די חלל און אלט ווייבערישע לעגענדעס זאלסטו אויסמיידן. איב דיך אבער צו יראת שמים;

Gade chapit la Kopi




א טימאטעוס בריוו 4:7
20 Referans Kwoze  

און זיך נישט צו פארנעמען מיט לעגענדעס און יחוס בריוו אָן א סוף, וועלכע פירן צו וויכוחים מער ווי צו דערבויאונג פון ה׳ אין דער אמונה; (אזוי זאלסטו טאן.)


מייד אבער אויס די אומווירדיקע און פוסטע רייד; ווארום זיי דערפירן נאך צו א סך מער רשעות,


און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,


נארישע מחלוקת אבער און יחוס בריוו און צאנקעריי און קריגערייען וועגן דער תורה זאלסטו אויסמיידן, ווייל זיי זענען אומנוצלעך און פוסט.


שטארקע מאכלים אבער זענען פאר דערוואקסענע, וועלכע האבן דורך געברויך אויסגעאיבטע חושים, אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס.


אבער נארישע און קינדישע מחלוקת זאלסטו אויסמיידן, וויסנדיק, אז זיי ברענגען ארויס קריגערייען.


און וועלן אפקערן זייער אויער פון דעם אמת, און זיך ווענדן צו לעגענדעס.


דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה.


דעריבער באמי איך מיך תמיד צו האבן א לויטער געוויסן פאר ה׳ און פאר לייטן.


אָ טימאטעוס, היט אפ דעם פקדון, אויסמיידנדיק חלל און פוסטע רייד און די קעגנערישע מיינונגען פון דער פאלש גערופענער דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן);


און זיך נישט האלטן צו יידישע לעגענדעס און מצוות פון מענטשן, וועלכע קערן אפ פון דעם אמת.


יא, אלע, וועלכע ווילן לעבן ג‑טספארכטיק אין משיח יהושע/ישוע, וועלן פארפאלגט ווערן.


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


נאר מיט מעשים טובים, ווי עס פאסט פאר פרויען, וואס דערקלערן זיך פאר יראת שמים.


וויסנדיק דאס דאזיקע, אז די תורה איז נישט געזעצט געווארן פאר דעם צדיק, נאר פאר די רשעים און ווידערשפעניקע, פאר די ג‑טלאזע און חוטאים, פאר די טמאים און חלל, פאר די, וואס שלאגן פאטער און מוטער, רוצחים,


ווארום די קערפערלעכע איבונג ברענגט ווייניק נוצן; יראת שמים אבער איז נוצלעך צו אלעם, האבנדיק א הבטחה אויף דעם איצטיקן לעבן און אויף (עולם) הבא.


אויב עמיצער לערנט אנדערש און שטימט נישט איין מיט געזונטע ווערטער, די (ווערטער) פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, און דער לערנונג, וועלכע איז לויט יראת שמים,


וויכוחים פון מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד און וואס עס פעלט זיי דער אמת, וועלכע מיינען, אז יראת שמים איז א מיטל צום געווין.


וואס האבן א געשטאלט פון יראת שמים, פארלייקענען אבער די קראפט דערפון; אויך פון די דאזיקע קער דיך אפ.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite