Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טימאטעוס בריוו 4:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט;

Gade chapit la Kopi




א טימאטעוס בריוו 4:6
39 Referans Kwoze  

זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳.


דו אבער רעד וואס עס פאסט פאר דער געזונטער לערנונג.


אלץ, וואס מיך באטרעפט, וועט טיכיקוס דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת און מיין מיטקנעכט אינם האר אייך צו וויסן טאן,


און ער האט צו זיי געזאגט: דערפאר איז יעדער איינער סופר, וואס איז געלערנט צום מלכות השמים, גלייך צו א מענטשן א בעל הבית, וואס ברענגט ארויס פון זיין אוצר נייע און אלטע זאכן.


איך וויל אייך אבער דערמאנען, הגם איר האט זיך עס אלץ שוין אמאל דערוואוסט, אז דער האר (ג‑ט), האבנדיק אויסגעלייזט דאס פאלק אויס דעם לאנד מצרים, האט דערנאך פארטיליקט די אומגלויביקע.


יעדער איינער, וועלכער איז עובר און בלייבט נישט אין דער לערנונג פון דעם משיח, האט נישט ה׳; ווער עס בלייבט יא אין דער לערנונג, דער האט סאי דעם פאטער סאי דעם זון.


ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה,


ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן;


דו אבער האסט נאכגעפאלגט מיין לערנונג, מיין אויפפירונג, מיין מיינונג, מיין אמונה, מיין צוריקגעהאלטנקייט, מיין ליבע, מיין סבלנות,


צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט.


אויב עמיצער לערנט אנדערש און שטימט נישט איין מיט געזונטע ווערטער, די (ווערטער) פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, און דער לערנונג, וועלכע איז לויט יראת שמים,


גיב אכטונג אויף דיר אליין און אויף דער לערנונג. פארבלייב אין זיי; ווארום טוענדיק דאס דאזיקע, וועסטו ראטעווען דיך אליין, און די, וועלכע הערן דיך.


פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג;


און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה,


און האלט זיך נישט ביי דעם קאפ, פון וועלכן דער גאנצער גוף, דורך די געלענקען און פארבינדונגען, פארזארגט און צוזאמענגעהאלטן, וואקסט מיט דעם וואוקס פון ה׳.


דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.


און כדי אויך איר זאלט וויסן וואס מיט מיר געשעט און וואס איך טו, וועט טיכיקוס, דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת אינם האר, אייך אלץ צו וויסן טאן.


נאר אין אלעם ווייזן מיר זיך ארויס ווי (כלי קודש) דינער פון ה׳, אין גרויסער סבלנות, אין צרות, אין נויטן, אין יסורים,


וועלכער האט אונדז אויך פעאיק געמאכט (צו זיין) דינער פונם נייעם בונד, נישט פונם אות, נאר פונם גייסט; ווארום דער בוכשטאב טייט, דער גייסט אבער מאכט לעבעדיק.


אָט צוליב דעם האב איך געשיקט צו אייך טימאטעוסן, וועלכער איז מיין געליבט און געטריי קינד אינם האר, וואס וועט אייך דערמאנען מיינע דרכים אינם משיח יהושע/ישוע, ווי אזוי איך לערן אומעטום אין יעדער קהלה.


איך אבער האב געשריבן צו אייך, טיילווייז דרייסט, אזוי ווי אייך צו דערמאנען דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פון ה׳,


אלץ האב איך אייך געוויזן, אז הארעווענדיק אויף אזא אופן, דארף מען העלפן די שוואכע, און געדענקען דעם האר ישועס ווערטער, ווייל ער אליין האט געזאגט: עס איז וויילער צו געבן ווי צו נעמען.


צוליב דעם זאלט איר שטיין אויף דער וואך, געדענקענדיק, אז במשך פון דריי יאר האב איך נישט אויפגעהערט, בייטאג און ביינאכט, צו זאגן מוסר צו יעדן איינעם פון אייך מיט טרערן.


איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ נאבעלער טעאפילוס,


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


זיי זענען משיחס דינער?—איך רעד ווי פון משוגע—איך נאך מער; א סך מער אין ארבעט, א סך מער אין תפיסות, אין שלעק איבער דער מאס, פילמאל אין סכנות נפשות.


ווארום איך האב נישט קיינעם, וואס איז גלייך צו אים אין גייסט, וועלכער זאל ווירקלעך פאר אייך זארגן.


איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite