Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טימאטעוס בריוו 1:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 דאס דאזיקע געבאט לייג איך פאר דיר, מיין זון טימאטעוס, לויט די נבואות, וואס זענען פריער געגאנגען אויף דיר, אז דו זאלסט ראנגלען דורך די דאזיקע דעם גוטן ראנגלעניש,

Gade chapit la Kopi




א טימאטעוס בריוו 1:18
19 Referans Kwoze  

פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים.


אָ טימאטעוס, היט אפ דעם פקדון, אויסמיידנדיק חלל און פוסטע רייד און די קעגנערישע מיינונגען פון דער פאלש גערופענער דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן);


איר אבער ווייסט זיין אויסגעפרואווטקייט, אז ווי א קינד צו זיין פאטער, אזוי האט ער געארבעט ווי א קנעכט מיט מיר אין דער בשורה טובה.


איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן;


צו טימאטעוסן, מיין ווארהאפטיקן זון אין דער אמונה: חסד, רחמים, און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.


צו טימאטעוסן, מיין געליבטן זון: חסד, רחמים און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און דעם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.


ווייל איטלעכעס באשעפעניש פון ה׳ איז גוט (הערה: פסוק זאגט ”גוט“; נישט ”עסנווארג“), און גארנישט איז אפצוווארפן, אויב מען נעמט עס נאר אָן מיט א ברכה,


איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן,


צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע אונדזער רעטער.


און ער איז געקומען אויך קיין דערבע און ליסטרא, און זע, דארטן איז געווען א געוויסער תלמיד, מיטן נאמען טימאטעוס, א זון פון א יידישער גלויביק געווארענער פרוי, זיין פאטער אבער איז געווען א גריך;


אָט צוליב דעם האב איך געשיקט צו אייך טימאטעוסן, וועלכער איז מיין געליבט און געטריי קינד אינם האר, וואס וועט אייך דערמאנען מיינע דרכים אינם משיח יהושע/ישוע, ווי אזוי איך לערן אומעטום אין יעדער קהלה.


ווען דינט עס א זעלנער אויף זיינע אייגענע הוצאות? ווער פלאנצט עס א וויינגארטן, און עסט נישט זיין פרוכט? אדער ווער פאשעט א סטאדע, און עסט נישט פון דער מילך פון דער סטאדע?


דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite