8 נאר ווייל מיר זענען פונם טאג, לאמיר זיין ניכטער, לאמיר זיך אנקליידן מיט דעם ברוסט שילד פון אמונה און ליבע, און, אלס א העלם, די האפענונג פון ישועה.
דעריבער, אונטערגארטלענדיק די לענדן פון אייער פארשטאנד, זאלט איר זיין ניכטער, מיט אייער גאנצע האפענונג אויף דעם חסד, וואס ווערט אייך געברענגט אין דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;
טוט אָן די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט קענען ביישטיין די כיטרעקייטן פון דעם שׂטן.
וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת;
און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.
ווארום אלע זענט איר קינדער פונם ליכט און קינדער פונם טאג; מיר זענען נישט פון דער נאכט, אויך נישט פונם חושך;
ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא.
איר אבער זענט אן אויסדערוויילט פאלק, א מלכות פון כהנים, א הייליקע אומה, אן עם סגולה, כדי איר זאלט אויסדערציילן די מידות פון אים, וועלכער האט אייך גערופן פונם חושך ארויס אין זיין וואונדערלעך ליכט אריין; (שמות יט, ה-ו.)
אין דעם ווארט פון אמת, אין דער גבורה פון ה׳; דורך די כלי זין פון גערעכטיקייט אויף רעכטס און לינקס,
שלום צו די ברידער, און ליבע מיט אמונה פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח.
ווארום מיר ווארטן אינם גייסט אויף דער האפענונג פון גערעכטיקייט דורך אמונה.
און אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח אליין און ג‑ט דער פאטער אונדזערער, וועלכער האט אונדז ליב געהאט און אונדז געגעבן אן אייביקע נחמה און א גוטע האפענונג אין זיין חסד,