24 באגלויבט איז דער, וועלכער רופט אייך, וועלכער וועט עס אויך טאן.
געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז.
יא, ה׳ איז געטריי, דורך וועמען איר זענט גערופן געווארן צו דער חברותאשאפט פון זיין זון יהושע/ישוע המשיח דעם האר אונדזערן.
און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.
אויב מיר גלויבן נישט, בלייבט ער (אלץ) געטריי; ווארום ער קען זיך נישט פארלייקענען.
ווער עס נעמט יא אָן זיין עדות זאגן, דער האט צוגעלייגט זיין חתימה, אז ה׳ איז אמת.
ווייל זיין ג-טלעכע קראפט האט אונדז געשאנקען אלץ, וואס האט א שייכות צום לעבן און צו יראת שמים, דורך דער דערקענטעניש פון דעם, וועלכער האט אונדז גערופן דורך זיין אייגענעם כבוד און גוטע מידה;
אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,
זיי וועלן מלחמה האלטן מיט דעם לעמעלע, און דאס לעמעלע וועט זיי מנצח זיין, ווייל עס איז האר איבער הארן, און קעניג איבער קעניגן; און די, וועלכע זענען מיט אים, זענען גערופענע און אויסדערוויילטע און געטרייע.
האבן מיר מזהיר געווען און דערמוטיקט, און אייך באשוואוירן צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר ה׳, וועלכער רופט אייך צו זיין קעניגרייך און כבוד.
וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,
קיין נסיון האט אייך נישט אנגעכאפט, אחוץ וואס א מענטש קען פארטראגן; ה׳ אבער איז געטריי, וועלכער וועט אייך נישט לאזן אויסגעפרואווט ווערן איבער אייערע כוחות; נאר צוזאמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאכן אן אויסוועג, כדי איר זאלט קענען ביישטיין.
דער הימל און די ערד וועלן פארגיין, מיינע ווערטער אבער וועלן בשום אופן נישט פארגיין,
ווען אבער עס איז וואוילגעפעלן דעם, וועלכער האט מיך אפגעשיידט פון מיין מוטערס לייב און דורך זיין חסד מיך גערופן,
און וועמען ער האט פארויסבאשטימט, זיי האט ער אויך גערופן; און וועמען ער האט גערופן, זיי האט ער אויך גערעכטפערטיקט; און וועמען ער האט גערעכטפערטיקט, די דאזיקע האט ער אויך פארהערלעכט.
ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע המשיחן.
וועלכע ער האט אויך גערופן, (נעמלעך) אונדז, נישט נאר פון יידן נאר אפילו פון נישט יידן?
צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.