19 לעשט נישט דעם גייסט;
און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה.
איר הארטנעקיקע און (וואס האבן) נישט געמלטע הערצער און אויערן, איר שטעלט זיך תמיד אנטקעגן דעם רוח הקודש; ווי די עלטערן אייערע, אזוי איר.
צוליב דער סיבה דערמאן איך דיך, אז דו זאלסט ווידער אונטערפאכן (ביז צו א פלאם) די מתנה, פון ה׳, וועלכע איז אין דיר דורך דער סמיכה פון מיינע הענט.
פארנאכלעסיק נישט אין דיר די מתנה פון חסד, וועלכע איז דיר געגעבן געווארן דורך א נבואה, מיט סמיכה פון די הענט פון די זקנים.
און איבער אלעם נעמט דעם שילד פון אמונה, מיט וועלכן איר וועט זיין בכוח אויסצולעשן אלע ברענענדיקע פיילן פון דעם בייזן (שׂטן).
און ווען עס וועט עפעס אנטפלעקט ווערן צו אן אנדערן, וועלכער זיצט (דארטן), זאל דער ערשטער שווייגן.
פאראכט נישט נבואות (זאגן);