Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טעסאלאניקער בריוו 4:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 ווארום דאס דאזיקע זאגן מיר אייך אין א ווארט פון דעם האר, אז מיר, די לעבעדיקע, וואס בלייבן איבער ביז צום קומען פון דעם האר, וועלן בשום אופן נישט פארויסגיין די איינגעשלאפענע;

Gade chapit la Kopi




א טעסאלאניקער בריוו 4:15
19 Referans Kwoze  

וויסנדיק, אז דער וועלכער האט אויפגעוועקט דעם האר יהושע/ישוע (פון די טויטע), וועט אונדז אויך אויפוועקן צוזאמען מיט יהושען/ישוען און שטעלן מיט אייך.


ווארום וואס איז אונדזער האפענונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע ביי זיין אנקומען?


זאגט ער: יא! און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, איז יהושע/ישוע אים אנטקעגנגעקומען, זאגנדיק: וואס מיינסטו, שמעון? די מלכים פון דער ערד, פון וועמען נעמען זיי שטייערן אדער צינזן? פון זייערע קינדער, אדער פון פרעמדע?


אין דעם פאל זענען אפילו די איינגעשלאפענע אין דעם משיח פארלוירן געווארן.


איך מוז מיך בארימען, הגם עס נוצט נישט; איך וועל אבער קומען צו חזיונות און אנטפלעקונגען פון דעם האר.


ווייל נישט האב איך זי באקומען פון א מענטשן, נישט האט מען מיך זי אויסגעלערנט, נאר (זי איז) דורך אן אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן.


און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג.


וועלכער איז געשטארבן פאר אונדזערטוועגן, כדי סאי צי מיר וואכן סאי צי מיר שלאפן, זאלן מיר לעבן צוזאמען מיט אים.


מיר בעטן אייך אבער, ברידער, וועגן דעם קומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און אונדזער פארזאמלען זיך ביי אים,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite