Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טעסאלאניקער בריוו 4:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און מיר ווילן נישט איר זאלט זיין אומוויסנד, ברידער, וועגן די, וועלכע זענען איינגעשלאפן, כדי איר זאלט נישט טרויערן, ווי די אנדערע, וואס האבן נישט קיין האפענונג.

Gade chapit la Kopi




א טעסאלאניקער בריוו 4:13
35 Referans Kwoze  

וועלכער איז געשטארבן פאר אונדזערטוועגן, כדי סאי צי מיר וואכן סאי צי מיר שלאפן, זאלן מיר לעבן צוזאמען מיט אים.


ווארום דאס דאזיקע זאגן מיר אייך אין א ווארט פון דעם האר, אז מיר, די לעבעדיקע, וואס בלייבן איבער ביז צום קומען פון דעם האר, וועלן בשום אופן נישט פארויסגיין די איינגעשלאפענע;


אז צו יענער צייט זענט איר געווען אָן א משיח, אויסגעשלאסענע פון דעם בירגער רעכט פון ישראל און פרעמדע וואס שייך די בריתות פון דער הבטחה, אָן א האפענונג און אָן ג‑ט אין דער וועלט.


און וועלן זאגן: וואו איז די הבטחה פון זיין קומען (ביאת המשיח)? ווארום זינט די אבות זענען איינגעשלאפן, בלייבט אלץ ווי ביים אנהויב פון דער באשאפונג!


דערנאך האט ער זיך באוויזן צו מער ווי פינף הונדערט ברידער אויף איינמאל, דאס רוב פון וועלכע לעבט נאך ביז איצט, אייניקע אבער זענען שוין איינגעשלאפן;


און האט אנידערגעקניט און א געשריי געטאן מיט א הויך קול: האר, רעכן זיי נישט צו די דאזיקע זינד. און דאס זאגנדיק, איז ער איינגעשלאפן.


ווארום מיר ווילן נישט, אז איר זאלט נישט וויסן, ברידער, וועגן דער צרה, וואס איז אונדז געשען אין (קליין) אזיען, אז זייער פיל איבער די כוחות זענען מיר געדריקט געווארן, אזוי, אז מיר האבן זיך אפילו מיאש געווען אפילו פונם לעבן;


ווארום איך וויל נישט פון אייך פארהוילן, ברידער, אז אלע אונדזערע פאטערס זענען געווען אונטער דעם וואלקן, און אלע זענען אריבערגעגאנגען דעם ים;


און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער.


ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג;


זאגט מרתא צו אים: איך ווייס, אז ער וועט אויפשטיין אין דער אויפשטייאונג אין דעם לעצטן טאג.


פארגעסט אבער נישט אין דעם דאזיקן, געליבטע, אז איין טאג ביים האר איז ווי טויזנט יאר, און טויזנט יאר ווי איין טאג.


און ג‑טספארכטיקע לייט האבן גענומען סטעפאנוסן און אים קובר געווען, און געמאכט א גרויס הספד אויף אים.


און די קברים האבן זיך געעפנט; און א סך לייבער פון די איינגעשלאפענע קדושים זענען אויפגעשטאנען;


און וואס שייך (מתנות) פונם גייסט, ברידער, וויל איך נישט, איר זאלט זיין אומוויסנד.


צווישן וועלכע מיר האבן אויך אמאל געלעבט אין די תאוות פון אונדזער פלייש, טוענדיק דעם ווילן פון דעם פלייש און פון דעם פארשטאנד, און לויט דער נאטור זענען מיר געווען קינדער פון צארן פונקט אזוי ווי אפילו די אנדערע—


ווארום ווי מיר גלויבן, אז יהושע/ישוע איז געשטארבן און אויפגעשטאנען, אזוי וועט ה׳ ברענגען די איינגעשלאפענע אין יהושען/ישוען צוזאמען מיט אים.


דעריבער לאמיר נישט שלאפן ווי די אנדערע, נאר וואכן און זיין ניכטער.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite