1 דערפאר, נישט קענענדיק עס לענגער אויסהאלטן, האבן מיר באשלאסן צו בלייבן אליין אין אטען;
און פוילוסנס באגלייטער האבן אים געפירט ביז אטען, און באקומענדיק א באפעל צו סילא און טימאטעוסן, אז זיי זאלן קומען צו אים ווי צום געשווינדסטן, זענען זיי אוועקגעגאנגען.
צוליב דעם, ווען איך האב עס שוין לענגער נישט געקענט דערטראגן, האב איך אויך געשיקט זיך צו דערוויסן וועגן אייער אמונה, טאמער האט אייך דער אויספרואווער אויסגעפרואווט, און אונדזער מי איז געווארן צו גארנישט.
מיר אבער, ברידער, נאך דעם ווי מיר זענען פון אייך פאריתומט געווארן לפי שעה, פונם פנים, נישט אין הארצן, האבן מיר זיך פיל מער באמיט צו זען אייער פנים מיט גרויס פארלאנג;
האב איך נישט געהאט קיין מנוחה אין מיין גייסט, ווייל איך האב נישט געפונען מיין ברודער טיטוס; נאר האב מיך געזעגנט מיט זיי און בין אוועק קיין מאצעדאניען.
און בשעת פוילוס האט געווארט אויף זיי אין אטען, האט זיך זיין גייסט פארביטערט אין אים, זעענדיק ווי די שטאט איז פול מיט אפג‑טער.