Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א טעסאלאניקער בריוו 2:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן.

Gade chapit la Kopi




א טעסאלאניקער בריוו 2:13
41 Referans Kwoze  

ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויי-שארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן.


אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.


ווי ווידערגעבוירענע, נישט פון א פארדארבלעכן זאמען, נאר פון אן אומפארדארבלעכן, דורך ה׳ס לעבעדיק און בלייבנדיק ווארט.


דעם האר (ג‑טס) ווארט אבער בלייבט אויף אייביק. (ישעיהו מ, ח.) און דאס דאזיקע איז דאס ווארט, וואס איז אייך אנגעזאגט געווארן ווי בשורה טובה.


ווי נאר וואס געבוירענע עופהלעך, זאלט איר באגערן די גייסטיקע, נישט געפעלשטע מילך, כדי איר זאלט אויפוואקסן דורך דער זעלביקער צו ישועה,


ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!


און ווי די אומות (העולם) האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט און ערלעך געהאלטן דאס ווארט פון דעם האר; און וויפל עס זענען געווען באשטימט צום אייביקן לעבן אזויפיל האבן געגלויבט.


און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין.


און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע.


און מיר אלע, אפשפיגלענדיק מיט אן אפגעדעקט פנים די הערלעכקייט פון דעם האר, ווערן פארענדערט אין דעם זעלביקן דמות פון הערלעכקייט צו הערלעכקייט, אזוי ווי פון דעם האר, וועלכער איז גייסט.


און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי.


וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת;


ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: מיין מוטער און מיינע ברידער זענען די דאזיקע, וואס הערן ה׳ס ווארט און טאן עס!


און פאר זייערטוועגן הייליק איך מיך, כדי זיי זאלן זיין געהייליקט אין דעם אמת.


דער, וואס נעמט אייך אויף, נעמט מיך אויף; און דער, וואס נעמט מיך אויף, נעמט אויף דעם. וואס האט מיך געשיקט.


הייליק זיי אין דעם אמת; דיין ווארט איז אמת.


איר זענט שוין ריין, דורך דעם ווארט, וואס איך האב צו אייך גערעדט.


און דאס איז דאס משל: דער זאמען דאס איז ה׳ס ווארט.


מחמת עס וועט אייך געגעבן ווערן אין יענער שעה, וואס איר זאלט רעדן; מחמת נישט איר זענט עס, וואס רעדן, נאר דער גייסט פון אייער פאטער איז עס, וואס רעדט דורך אייך.


צו געדענקען די ווערטער, וואס די הייליקע נביאים האבן פריער גערעדט, און דאס געבאט פון אונדזער האר און רעטער דורך די שליחים אייערע; דאס דאזיקע זאלט איר וויסן,


פון זיין אייגענעם רצון האט ער אונדז געבוירן דורך דעם ווארט פון אמת, כדי מיר זאלן זיין אן ארט ביכורים (ערשטע פרוכט) פון זיינע באשעפענישן.


און ווי זיי האבן געהערט פון תחית המתים, האבן א טייל זיך אויסגעלאכט; אנדערע אבער האבן געזאגט: מיר וועלן דיך הערן נאכאמאל וועגן דער דאזיקער זאך.


און א ג‑טספארכטיקע פרוי, מיטן נאמען לידיא, א פארקויפערין פון פורפור, אויס דער שטאט טיאטירא, האט זיך צוגעהערט; וואס דער האר האט איר אויפגעמאכט דאס הארץ צו פארנעמען די רייד פון פוילוסן.


דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר.


און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.


און ווען די שליחים אין ירושלים האבן געהערט, אז שומרון האט אנגענומען ה׳ס ווארט, האבן זיי געשיקט צו זיי פעטרוסן און יוחנן;


און עס איז געשען, בעת דער המון מענטשן האט זיך געדרענגט צו אים, כדי צו הערן ה׳ס ווארט, און ער איז געשטאנען ביים ים גניסרת;


ווארום אויך אונדז, פונקט ווי צו יענע, איז א בשורה טובה אנגעזאגט געווארן; נאר דאס געהערטע ווארט האט זיי גארנישט גענוצט, ווייל עס איז נישט געווען פארבונדן מיט אמונה ביי די צוהערער.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite