8 קודם כל זאלט איר האבן א שטארקע ליבשאפט איינער פאר דעם אנדערן; ווייל ליבע פארדעקט א מאסע זינד; (משלי י, יב.)
און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות.
און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;
זאלט איר וויסן זיין, אז ווער עס קערט אום א חוטא פון זיין פאלשן וועג, דער איז מציל זיין נפש פונם טויט און וועט פארדעקן א מאסע זינד.
אויב איך רעד שוין מיט די לשונות פון מענטשן און מלאכים, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך א שאלנדיק קופער אדער א קלינגענדיקער צימבל.
און אייך זאל דער האר מערן און איבערפליסן אין דער ליבע איינער צום אנדערן און צו אלעמען, ווי אויך אונדז צו אייך;
זאל די ברידערלעכע ליבע בלייבן.
דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה;
מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע,
געליבטער, איך טו תפילה, אז אין אלעם זאלסטו מצליח זיין, און זיין געזונט, אזוי, ווי עס גייט גוט דיין נשמה.
נאר פריער פאר אלעם, שווערט נישט, ברידער מיינע, נישט ביים הימל, נישט ביי דער ערד, נישט ביי קיין שום אנדערער שבועה; נאר זאל אייער יא זיין יא, און אייער ניין זאל זיין ניין; כדי איר זאלט נישט פאלן אונטער א משפט.
די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן;