Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א פעטרוס בריוו 4:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 אין וועלכע זיי וואונדערן זיך, וואס איר לויפט מער נישט צוזאמען מיט זיי אין דער זעלביקער אויסגעלאסענער פרעסעריי, און זיי לעסטערן;

Gade chapit la Kopi




א פעטרוס בריוו 4:4
11 Referans Kwoze  

האט א גוט געוויסן, כדי אין וואס מען רעדט אפ פון אייך, זאלן צושאנד ווערן די, וואס באליידיקן אייער גוטן פירונג פון לעבן אינם משיח.


פירט א גוטן לעבן צווישן די אומות (העולם), כדי אין דעם, אין וועלכן זיי רעדן אפ פון אייך ווי פון רשעים, דאך, זעענדיק אייערע מעשים טובים, זאלן זיי אפגעבן כבוד צו ה׳ אינם טאג פון רעכנשאפט.


ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם.


די דאזיקע אבער לעסטערן דאס, וואס זיי ווייסן נישט; וואס אבער זיי פארשטייען פון דער טבע, ווי נארישע בהמות, אין דעם פארדארבן זיי זיך אליין.


און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט.


ביי זיי האט זיך באשטעטיקט דאס ווארהאפטיקע שפריכווארט: א הונט האט זיך אומגעקערט צו דעם, וואס ער האט אויסגעבראכן, און אן אפגעוואשן חזיר זיך צו וואלגערן אין בלאטע! (משלי כו, יא.)


זיי אבער, ווי אומפארשטאנדיקע חיות, בטבע געבוירן דערצו, געפאנגען און אומגעברענגט צו ווערן, לעסטערן דאס, וואס זיי פארשטייען נישט, זיי וועלן אומקומען אין זייער פארדארבנקייט,


לאמיר גיין באשיידן, ווי בייטאג, נישט פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און צעלאזנקייט, נישט אין מחלוקת און אין קנאה.


און אין ווייניקע טעג ארום האט דער יונגערער זון אלץ צונויפגעזאמלט, און זיך אוועקגעלאזט אין א ווייט לאנד אריין; און דארט פארשווענדט זיין פארמעגן אין אן אויסגעלאסן לעבן.


און שכורט זיך נישט אָן מיט וויין, אין וועלכן עס איז צעלאזנקייט, נאר ווערט אנגעפילט מיט דעם גייסט;


וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר מאכט ריין דאס אויסנווייניקסטע פון דעם בעכער און דער שיסל, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט גזלה און נישט איינגעהאלטנקייט.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite