Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א פעטרוס בריוו 3:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 וואס זענען אמאל געווען ווידערשפעניק, ווען ה׳ס סבלנות האט געווארט אין די טעג פון נוחן, בעת עס איז צוגעגרייט געווארן די תיבה, אין וועלכער ווייניקע, דאס הייסט אכט נפשות, זענען געראטעוועט געווארן דורך דעם וואסער;

Gade chapit la Kopi




א פעטרוס בריוו 3:20
28 Referans Kwoze  

און ווען ער האט נישט געשוינט די אלטע וועלט, נאר האט באהיט נוחן, א מבשר פון גערעכטיקייט, מיט זיבן אנדערע, בשעת ער האט אראפגעשיקט דאס מבול אויף א וועלט פון רשעים;


דורך אמונה האט נוח, ווען ער איז געווארנט געווארן פון ה׳ בנוגע זאכן, וואס מען האט נאך נישט געזען, מיט יראת שמים געבויט א תיבה צו ראטעווען זיין הויזגעזינד; דורך וועלכער ער האט פאראורטיילט די וועלט און איז געווארן א יורש פון דער צדקות, וואס איז פון אמונה.


ווי ענג איז אבער דאס טויער, און שמאל דער וועג, וואס פירט צום לעבן, און ווייניק זענען די, וואס געפינען אים.


און רעכנט די געדולד פון אונדזער האר ווי א ישועה; לויט ווי אונדזער געליבטער ברודער פוילוס האט אייך געשריבן, לויט דער חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן,


און אויב ה׳, ווילנדיק ווייזן זיין צארן און באקאנט מאכן זיין קראפט, האט מיט פיל געדולד דערטראגן געפעסן פון צארן, וואס זענען צוגעגרייט געווארן צום פארדארבן;


האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך!


כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט,


און די, וואס האבן אנגענומען זיין ווארט, האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה, און עס זענען צוגעקומען יענעם טאג אן ערך דריי טויזנט נפשות.


באקומענדיק דעם ציל פון אייער אמונה, די ישועה פאר אייערע נשמות.


און האבנדיק געלייטערט אייערע נפשות אין דער געהארכזאמקייט פון דעם אמת צו אן אויפריכטיקער ברידערלעכער ליבע, זאלט איר ערנסט ליב האבן איינער דעם אנדערן פונם הארצן ארויס;


ווארום איר זענט געווען ווי פארבלאנדזשעטע שאף, נאר איצט האט איר זיך אומגעקערט צום פאסטוך און משגיח פון אייערע נשמות. (ישעיהו נג, ה-ט.)


אין וועלכן ער איז אויך געגאנגען און אויסגערופן צו די רוחות אין געפענקעניש,


דערפאר זאלן אויך די, וועלכע ליידן לויט ה׳ס ווילן, פארטרויען זייערע נשמות צום געטרייען באשעפער, טוענדיק גוטס.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite