13 אונטערטעניקט זיך צו יעדער מענטשלעכער ארדנונג צוליב דעם האר; סאי צום מלך, ווי צו אן אויבערהאר;
דערמאן זיי צו זיין אונטערטעניק צו מושלים און ממשלות, צו זיין געהארכזאם, צו זיין גרייט צו כלערליי מעשים טובים,
און ער האט צו זיי געזאגט: דעריבער גיט אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס!
און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: גיט זשע אפ דעם קיסר דאס, וואס איז דעם קיסרס, און צו ה׳ דאס, וואס איז ה׳ס! און זיי האבן זיך געוואונדערט אויף אים.
זאגן זיי; דעם קיסרס. זאגט ער דעמאלט צו זיי: גיט זשע אפ דעם קיסר, וואס איז דעם קיסרס; און צו ה׳, וואס עס געהערט צו ה׳!
און איבערהויפט די, וועלכע גייען נאך שמוציקע תאוות פון דעם פלייש, און פאראכטן הערשאפט; עזות פנימער, פרעכע, זיי ציטערן נישט צו לעסטערן מאכטן;
און אונטערטעניקט זיך איינס צום אנדערן אין דער יראה פונם משיח.
גיט אלעמען אפ כבוד. האט ליב די ברודערשאפט. האט מורא פאר ה׳. גיט אפ כבוד דעם קעניג.