Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א פעטרוס בריוו 1:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 וועמען איר האט נישט געזען און האט דאך ליב; און איצט, נישט זעענדיק אים, נאר גלויבנדיק אין אים, פריידט איר זיך מיט א שמחה, וואס איז אומאויסשפרעכלעך און הערלעך;

Gade chapit la Kopi




א פעטרוס בריוו 1:8
37 Referans Kwoze  

זאגט יהושע/ישוע צו אים: ווייל דו האסט מיך געזען, גלויבסטו? וואויל איז די, וואס האבן נישט געזען און גלויבן דאך!


ווייל מיר לעבן אין גלויבן, נישט אין ראיח.


און דער ג‑ט פון האפענונג זאל אייך אנפילן מיט יעדער שמחה און שלום אינם גלויבן, כדי איר זאלט זיין רייך אין דער האפענונג דורך דער גבורה פונם רוח הקודש.


אמונה אבער איז דער בטחון פון די זאכן, אויף וועלכע מען האפט, אן איבערצייגונג פון זאכן, וואס מען זעט נישט.


אזוי האט איר אויך איצט צער; איך וועל אייך אבער ווידער זען, און אייער הארץ וועט זיך פרייען, און די שמחה אייערע וועט קיינער נישט אוועקנעמען פון אייך.


ווייל מיר קוקן נישט אויף די זאכן, וואס מען קען זען, נאר אויף די, וואס מען קען נישט זען; ווייל זאכן, וואס מען זעט, זענען לפי שעה, אבער די זאכן, וואס מען זעט נישט, זענען אייביק.


מיט דעם זאלט איר זיך פרייען, איר, וואס זענט איצט אויף א קליינער וויילע טרויעריק, ווען עס מוז זיין, אין פארשיידענערליי נסיונות,


דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מען קען נישט זען.


פאר אייך דעריבער, וואס גלויבן, איז ער טייער; פאר די אומגלויביקע אבער: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטער האבן פארווארפן, דער דאזיקער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל; (תהלים קיח, כב.)


פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך.


און ווען דער הויפט פאסטוך וועט דערשיינען, וועט איר באקומען די קרוין פון כבוד, וואס פארוועלקט נישט.


זאל דער חסד זיין מיט אלע, וואס האבן ליב דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח מיט אן אומפארדארבלעכער ליבע. אמן.


און דאס דאזיקע ווייס איך גאנץ געוויס, אז איך וועל בלייבן און זיין מיט אייך אלעמען צו אייער שטארקונג און שמחה פון גלויבן;


ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש.


ווער עס האט מיך נישט ליב, דער האלט נישט מיינע ווערטער; און דאס ווארט, וואס איר הערט, איז נישט מיין, נאר פון דעם פאטער, וואס האט מיך געשיקט.


האט יהושע/ישוע צו זיי געזאגט: אויב ה׳ וואלט טאקע געווען אייער פאטער, וואלט איר מיך ליב געהאט; ווארום איך בין ארויסגעגאנגען און בין געקומען פון ה׳; ווארום פון מיר אליין בין איך נישט געקומען, נאר ער האט מיך געשיקט.


ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;


די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,


ווארום אין משיח יהושע/ישוע נישט די מילה נישט די ערלה גילט עפעס, נאר אמונה, וואס ווירקט דורך ליבע.


איז ארויפגענומען געווארן אין גן עדן אריין, און האט געהערט אומאויסשפרעכלעכע ווערטער, וואס קיין מענטש טאר נישט ארויסרעדן.


א שבח צו ה׳ פאר זיין אומאויסשפרעכלעכער מתנה!


וועלכער האט אונדז אויך געחתמעט און געגעבן אין אונדזערע הערצער דעם ערבון פון דעם גייסט.


און האט זיי אריינגעפירט אין זיין הויז, און געדעקט א טיש (פאר זיי), און זיך זייער געפריידט מיט זיין גאנץ הויזגעזינד, אז ער איז געווארן א מאמין אין ה׳.


ווער עס האט מיינע געבאטן און האלט זיי, דער איז עס, וואס האט מיך ליב; און דער, וואס האט מיך ליב, וועט זיין געליבט פון מיין פאטער, און איך וועל אים ליב האבן, און וועל מיך אנטפלעקן צו אים.


אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן!


ווער עס האט ליב פאטער אדער מוטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט; און ווער עס האט ליב זון אדער טאכטער מער ווי מיך, דער איז מיך נישט ווערט.


אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא.


און צו דערקענען דעם משיחס ליבע, וואס שטייגט איבער דערקענטעניש, כדי איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט יעדער שפע פון ה׳.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite