Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א פעטרוס בריוו 1:20 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

20 וואס איז פארויסבאשטימט געווארן פאר דער גרינדונג פון דער וועלט, אבער אנטפלעקט געווארן ביים סוף פון די צייטן פאר אייערטוועגן,

Gade chapit la Kopi




א פעטרוס בריוו 1:20
27 Referans Kwoze  

לויט ווי ער האט אונדז אויסדערוויילט אין אים איידער נאך די וועלט איז באשאפן געווארן, אז מיר זאלן זיין הייליק און אָן א פעלער פאר אים אין ליבע;


ווייל אויב אזוי, וואלט ער באדארפן מערערע מאל ליידן זינט דעם אנהויב פון דער וועלט; איצט אבער ביים די סוף פון די צייטן איז ער דערשינען צו פארטיליקן די זינד דורך דעם קרבן פון זיך אליין.


און עס וועלן זיך בוקן צו איר אלע איינוואוינער פון דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון דעם לעמעלע, וואס איז געשחטן געווארן זינט בריאת העולם.


האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן,


דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן און פון דורות—איצט אבער איז ער אנטפלעקט צו זיינע הייליקע,


לויט דעם אייביקן באשלוס, וואס ער האט געמאכט אין דעם משיח יהושע/ישוע, דעם האר אונדזערן;


און אלעמען צו באלויכטן, וואס עס איז דער רעיון פון דעם סוד, וועלכער איז פון אייביקע צייטן אָן געווען פארבארגן אין ה׳ דעם באשעפער פון אלעם;


ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ,


און דאס לעבן איז אנטפלעקט געווארן, און מיר האבן געזען און זאגן עדות און זאגן אייך אָן דאס אייביקע לעבן, וואס איז געווען ביי דעם פאטער און האט זיך באוויזן צו אונדז—


כדי אין דער פארוואלטונג פון דער פולקייט פון די צייטן איינצוזאמלען אינם משיח אלץ, וואס איז אויף די הימלען און אויף דער ערד;


וועמען ה׳ האט ארויסגעשטעלט אלס א כפורת אין זיין בלוט צו זיין באקומען דורך אמונה. דאס איז געווען כדי צו ווייזן ה׳ס גערעכטיקייט ווייל אין זיין צוריקגעהאלטנקייט ער האט פסח פריער באגאנגענע זינד


ווער עס טוט זינד, דער איז פון דעם שׂטן; ווייל דער שׂטן זינדיקט פון אנהויב אָן. דערצו איז דער זון פון דער אויבערשטער אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל צעשטערן די מעשים פון דעם שׂטן.


און איר ווייסט, אז ער איז אנטפלעקט געווארן, כדי ער זאל אוועקנעמען אונדזערע זינד; און אין אים איז נישטא קיין חטא.


דאן וועט דער קעניג זאגן צו די אויף זיין רעכטער זייט: קומט אהער, איר געבענטשטע פון מיין פאטער, ירשנט דאס מלכות, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר אייערטוועגן זינט די וועלט איז באשאפן געווארן!


דעם דאזיקן, וואס איז איבערגעגעבן געווארן לויט ה׳ס אויסדריקלעכער עצה און פארויסוויסן, האט איר גענומען און דורך די הענט פון רשעים אויפגעהאנגען אויף דער בוים און אומגעברענגט;


ווייל וועמען ער האט פון פריער געקענט (פעטרוס א א, ב.), זיי האט ער פון פריער באשטימט צו זיין ענלעך צום געשטאלט פון זיין זון, אז ער זאל זיין דער בכור צווישן א סך ברידער;


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן,


לויט דעם פארויסוויסן (רוימער ח, כט.) פון ג‑ט דעם פאטער, אין הייליקונג פון דעם גייסט, צו געהארכזאמקייט און באשפריצונג מיט דעם בלוט פון יהושע/ישוע המשיחן: חסד צו אייך און שלום זאל זיך פיל פארמערן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite