Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א פעטרוס בריוו 1:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 דעריבער, אונטערגארטלענדיק די לענדן פון אייער פארשטאנד, זאלט איר זיין ניכטער, מיט אייער גאנצע האפענונג אויף דעם חסד, וואס ווערט אייך געברענגט אין דער אנטפלעקונג פון יהושע/ישוע המשיחן;

Gade chapit la Kopi




א פעטרוס בריוו 1:13
35 Referans Kwoze  

זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען;


זאלן אייערע לענדן זיין אנגעגורט און אייערע ליכט ברענען;


אבער דער קץ פון אלעם האט זיך דערנענטערט; זייט דעריבער שכלדיק און ניכטערן צו תפילות;


דעם האר אבער דעם משיח זאלט איר הייליקן אין אייערע הערצער; זייט תמיד גרייט אויף אן ענטפער צו יעדן איינעם, וועלכער פרעגט אייך וועגן דער סיבה פון דער האפענונג אין אייך, נאר מיט עניוותדיקייט און מיט יראה;


אזוי איז אויך דער משיח איינמאל מקריב געווארן, צו טראגן די זינד פון פילע, און א צווייט מאל וועט ער דערשיינען אָן זינד צו די, וואס דערווארטן אים, צו ישועה.


און יעדער איינער, וועלכער האט די דאזיקע האפענונג אויף אים, רייניקט זיך אזוי, ווי ער איז ריין.


פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן.


דעריבער זאלט איר שטיין מיט אייערע לענדן ארומגעגארטלט מיט אמת, און אנגעטאן מיט דעם ברוסט שילד פון צדקות,


אזוי, אז איר זענט נישט הינטערשטעליק געבליבן אין קיין שום מתנה; ווארטנדיק אויף דער אנטפלעקונג פונם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח,


אויף דעם זעלביקן אופן וועט עס זיין אין דעם טאג, ווען דער בר אנש וועט אנטפלעקט ווערן.


ווארפט זשע נישט אוועק אייער בטחון, וועלכער האט א גרויסן שכר.


וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת;


אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף.


דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה.


און איצט בלייבט אמונה, האפענונג, ליבע, די דאזיקע דריי; אבער דאס גרעסטע פון די דאזיקע איז די ליבע.


לאמיר גיין באשיידן, ווי בייטאג, נישט פרעסנדיק און זויפנדיק, נישט אין זנות און צעלאזנקייט, נישט אין מחלוקת און אין קנאה.


און צו אייך, די געפייניקטע, מנוחה מיט אונדז ביי דער אנטפלעקונג פון דעם האר יהושע/ישוע פון הימל מיט די מלאכים פון זיין מאכט


צי וועט ער דען נישט זאגן צו אים: גרייט מיר צו עפעס אוונט עסן, און גארטל דיך ארום, און באדין מיך, ביז איך וועל אפעסן און אפטרינקען; און דערנאך וועסטו עסן און טרינקען?


ווארום די ערנסטע בענקשאפט פון דער באשאפונג ווארט אויפן אנטפלעקט ווערן פון ה׳ס קינדער.


ווען דער משיח, אונדזער לעבן, וועט נתגלה ווערן, וועט איר דעמאלט אויך נתגלה ווערן מיט אים אין כבוד.


וואס שייך וועלכער ישועה עס האבן חוקר ודורש געווען די נביאים, וואס האבן נבואות געזאגט וועגן דעם חסד (באשטימט) פאר אייערטוועגן;


דורך סילוואנוסן, דעם געטרייען ברודער, אזוי רעכן איך, האב איך אייך קורץ געשריבן, אייך מזהיר צו זיין און עדות צו זאגן, אז דאס איז דער ווארהאפטיקער חסד פון ה׳, אין וועלכן איר שטייט.


און האט צו יענע געזאגט: גייט איר אויך אין וויינגארטן אריין, און וואס איז רעכט, וועל איך אייך געבן!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite