3 ווארום דאס דאזיקע איז די ליבע צו ה׳: אז מיר זאלן אפהיטן זיינע געבאטן; און זיינע געבאטן זענען נישט שווער.
אויב איר האט מיך ליב, זאלט איר האלטן מיינע געבאטן!
אויב איר וועט האלטן מיינע געבאטן, וועט איר בלייבן אין מיין ליבע, ווי איך האב געהאלטן די געבאטן פון מיין פאטער, און בלייב אין דער ליבע זיינער.
און דאס דאזיקע איז די ליבע: אז מיר זאלן לעבן לויט זיינע געבאטן. דאס דאזיקע איז דאס געבאט, ווי איר האט געהערט פון אנהויב אָן, אז איר זאלט לעבן דערין.
און דורך דעם ווייסן מיר, אז מיר קענען אים: ווען מיר היטן אפ זיינע געבאטן.
ווארום לויט מיין אינערלעכן מענטשן פריי איך מיך מיט דער תורה פון ה׳;
איר זענט מיינע פריינד, אויב איר טוט, וואס איך באפעל אייך.
ווארום דאס איז דער בונד, וואס איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל נאך יענע טעג, זאגט דער האר (ג‑ט): איך וועל געבן מיינע געזעצן אין זייער פארשטאנד, און אויף זייער הארץ וועל איך זיי שרייבן; און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.
אזוי ארום איז די תורה הייליק, און דאס געבאט איז הייליק און גערעכט און גוט.
זיי בינדן שווערע לאסטן און לייגן זיי אויף מענטשנס שולטערן; אליין אבער ווילן זיי די דאזיקע אפילו מיט דעם פינגער נישט אנרירן.